Skip to main content

Full text of "A ṭrer un a tfile"

See other formats


צ )2 8 טוש דוס ו1עש ט הו א שי וו פן 6) טוט ט א | ופ און ש פן 1 פ 


92,688 .0זו 


+ וע שש שר ןע 


סססתץג/ 961ס צי 


אט וס אסשסט ופוםמסנצ זא אס1זאאו 


פ15דעפשטה 1/,99/46א , דפ זא 


עדאעס אס80 זופנמסזצ זא אסזדא א 
5 5546 1 , דפאקזו דג 
6. 1951108181124םמזצ | 250-4900 413 


סעס.מטדאמםס8א0ס0פ4פ1פסנצ צלצצעט 


/18 סע סא!נסאט? מסן(אא 
צאא 1182 מפוממזצ /161181ם 921218886 אעצ18פ 
נ;צם פספעמוצסמע פא עץ 


עז 1 0196 .ם 1106 
1'ס1זוס201 גוט?סזט) 160 ע6 4/16, 
{ר|נוזום 1 גוחוווט14זג) זוסנוזקוס סחיך 
1וס10016011 ווזסנ|ספּיוובן .ם חזסטזחם סוום 0וטחטן 
א161005 1108 
6 4זסט140 
1ו10111160110 10/8018 141011160118 
1406 .כן //16 
{אפֿמ1/סזס1 86 סווח ווחזםפ 

1וס1011110011 8'זסט1ו1ס/ץ 16110ו100 8114 /דדזחהן 
18 עס פּמאתמזת? מאא פּאתמזאמזא מאא 

ז6116ט) 0006 14015/1 /7 161107101 


{ססתתץפ 11801410021 4 15 עססטהסק 801460 עס ,6סחע 16ו0180ס סח ד' 
ותס?} 602165 תסעקס1סס טס /10 תס0הענקפת1 סח 1 .ץ0162611 1100150 04 
.151261 ,װז16/05816 }0 1ת11202 6011161 3 211154 60סת 106 עט חקו069 ה 


1199 שויזסקסזקן |10161160002 ת8 +װ182נץקסס סח} 16506018 /6/ת6:) אססט 1100150 1הת48:0ז סח 
רגוגנטם 110ט1וקן סחן} תג 616061 15 41016 4015 ,16026טטסתא עטס 01 0651 06} 10 .פאססט +ווס תו 
-1460411164 סט תהס 01067 זק1צעקטס זתסנצטס סת הסנצי 10 א1סעט תהתקזט תה 15 14 זט 
-- 6069 סחשט שוסתא טסץ 14 עס - /1סעט 4015 ס} +12צעקסס 206176 תג ס1סח טסץ 16 

.018 1861ט012056069ס 21 111ת6 עט זס,101א 413-230-4900 26 סתסחק צט 5 +סהזחסס 16896קן 


א 


2 


צו 6 
א 


6 


2 


0 
א 


00 
א 


א 


1 


א 


0 
:6 
6 
, 
= ען א 
ר לט לע טל 
א : ר א 6 א 
א ילב 2 א דע טע ר 
בל א 4 :ָ לט ש טל 
ר : : לט לט ר דל א 2 0 ן 
ד ר א דל לאט דרע רב 6 :6 
א א : אל יע יט 


די א : 
יב א ר 


: שי : 5 א 
2 ר ול גב 6 א : אל ר : 7 
א אל : טא א 

: אל : א וי טא 6 א 

א טע יט : ר 7 אט ר ר ייט לט אט 


4 
: 
א 


: ר יע 
א א א 
1 אט 

יט א טא ר אט ר א ר אל אט 
עג א זון 1 ר אל א : ןעט בל גנ ןד דעד א וט יי ר 

א א עטאט ריט טא טס טל א ר אט 8 נ על גרגן יבער ר דל ר על לג 


5 1845 5902 פמזאזתקזאזית /משטמ208 
1ת28810 מזממואזמפזאזיסם /500181 14 פמס 
-.זנאמזתא מסם מטת 32 אסזזופמים זַ8ם 0085 
8 המטזעשמע אם 24215  75020‏ זאאזאסועא 


יוסף וויינבערג 
אַ טרער און אַ תפילה 


סצוחסזא/ !סחזס1ח! סח} עס 60?ווזוסוס 
3 חו 


8ססץו/פ1ו0/0612זס.סעוחסזה//:טווח 


יוסף וויינבערג 


אַ טרער און אַ תפילה 


אַרױסגעגעבן דורכן מחבר 


תשליח פאו 1 178 


9סמחוסשט װמ0096 
סחהפוהס פאט זד= פשוםה }! פאט 


הילע: צייכענונג פון יצחק בעלפער (ישראל) 


102סט? 109608 צס +98פנצעטקסס 
6 מז 2110160 


,/ת216211000012 46 6גץ ,32 ,.5.1.2.3 116סמתרצקמתז1 
5 750200 


צּ 


אַ שרפה האָט אַרומגעכאַפּט גאַנץ אײראָפּץ. אַ גרוים פאָלק 
האָט געלאָזט אַרײינדרינגען אין זיין האַרץ דעם סם פון װילדער 
שנאה. דער אוראַלטער גערמאַנישער בלוט:װאָלף האָט זיך 
אויפגעװעקט מיט דער גרויסער תשוקה צו פאַרצוקן זיין קרבן 
-- דאָס יידישע פאָלק. זיין ציל איז געװוען אױסצוראָטן יידן װו 
נאָר זיי זאָלן זיך נישט געפינען : אָט ראָם פאָלק,, װאָס האָט דאָס 
ערשטע אַנטדעקט די אמתדיקע, די איינציקעט געטלעכקייט, ראָס 
פאָלק פון דער ערשטער מענטשלעכער געזעצגעבונג; דאָס פאַלק 
פון די נביאים, פון יושר און גערעכטיקייט, ראָס פאָלק פון ספר, 


נישט אַנדערש נאָר אַו דאָס דאָזיקע פאָלק מיט זיינע עטישע 
און עסטעטישע פּרינציפּן איז געװען פאַר דער גערמאַנישער 
חיה-רעה וי אַן אבן-ננף אויפן װעג צו איר באַדערשן די וועלט. 


זי האָבן אויפגעשטעלט אַ צױם פון שטעכלדראָטן פון 
באַלטיקק ביזן מיטלענדישן ים. פון די אוראַלער בערג, װו די 
דייטשע אַרמײען זענען דערגאַנגען, ביז צום אַטלאַנטיק האָט זיך 
די שטעכיקע דראָטן-צוים נגעצוינן ווייט אַװעק אויף אומענרלע- 
כע שטחים. זי האָט אַרומגענומען דעם גאַנצן קאָנטינענט װו 
צװישן די פעלקער האָבן געלעבט יידישע קחילות : אין שטעט, 
אין שטעטלעך און דערפער. און דער קאָנטינענט איז דורכן גער- 
מאַנישן צורר פאַרװאַנדלט געװאָרן אין איין ריזיקן מאַסן קבר 
פֿאַר יידן, אין איין בשותפותדיקן ברידער-קבר, אין וועלכן עס 


11 


זענען אַרײנגעשלײידערט געװאָרן יידישע מענער, פרויען, זקנים 
און קינדער -- מיליאָנען. 


די װעלט אַרום איז געווען פאַרגליווערט אין איר גלייכנילט 
און זי האָט געשוויגן. די מענטשן האָבן געהאַט אויערן און זי 
האָבן נישט געהערט ; זיי האָבן געקוקט מיט זייערע אויגן און 
זיי האָבן נישט געזען; זיי האָבן געהאַט ליפּן, פון װעלכע דאָס 
קול פון װייטיק, פון חרפּה און דערווידערונג האָט זיך נישט גע- 
טראָגן. 


אונדזער ברידער-קבר האָט זיך פאַרטיפט און פאַרבריי- 
טערט און פון זיין פינצטערן תהום אַרױס, פון רעם איינגע- 
זאַפּטן בלוט, מיט וועלכן ער האָט זיך אָנגעפילט, האָט זיך גץ- 
טראָגן אַ שטילער געיאָמער און אַ תפילה: 


שמע ישראל אדוני אלוהינו אדוני אחד, 


על שש טע ט"י 0 


1יכט אין ניחנום 


אַרײנפיר-װאָרט צו דער ערשטער טייל 


שפן א שין בים? יאָרן װײ איך ו"ל נעמען די פעחעה אין האנט 
הפה' צון פהוכ'יהן אױפלעבן די בילדעה צון יענע פיגצטעהע טעג אין 
בירקענױ, אין לאַגער פון קרעמאַטאָריע-אויוונס און פון שטיקנדיקן 
גערוך פון פאַרברענטע מענטשלעכע גופים. אָבער יעדעס מאָל ווען איך 
זזץ זיך אװועק צום טיש בכדי דאָס אַלץ ארויסצוברענגען אויפן פאֲַפיך, 
פאקט טור אהרס די פעדער פה האנט. עס איז מיה עװװער צו שריבן! 


אין דעס גרױיסשטאָטישן װירװואַר און האַרמידער, ווו מען ווערט 
אהינגעצגן אין דער גרױעןהן טאַגיטעגלעכקײַט און אין האסטיקן 
טעג ונאָך פילצאַליקע קל"נע זאַפעקעך און ענינים, פון וועקפע זי 
דאָזיקע טאָג-טעגלעכקייט איז צװאַמענגעשטעלט, איז נישט ליכט פאַר 
מיר אויפצולעבן אָט די בילדער פון יענער קאָשמאַרפולער פאַרגאַ- 
גענהייט. און ווען איך שטרענג זיך גאָר שטאַרק אָן און די בילדער הייבן 
אָן אויפצוטויכן אין מיין זכרון און דמיון, קומען זיי דעמאָלט אַרױס מיט 
זישהע פינצטערע שאטנש, אבּער אױך מיט זיער 7"כט. יאָ, ?יבט! יק 
אױך ליכט האָבן מיר דעמאָלט געהאַט, ליכט פון מענטשלעכע א דער- 
היבענע מאָמענטן! 


א שת. דישה א שך איז שױן געשריפן עשואטן השע עטע צוואט 
טערע טעג אין די דייטשע פאַרניכטונגס-לאַגערן, אָבער וויפל מען זאָל 
וושט האַבן געשריבן װעגן די איז עס נאָך אלץ נששש גענוג, אהן ', 


11 


װאָס װאָלטן נאָך געקאָנט דערציילן און באַשרײבן יענע גרױל-תקופה 
פון אנדזער פֿאָלק, זענען דאָך אזוי װינציק און מיט די יאָרן װאָס 
פאַרגײען פאַרקלענערט זיך נאָך די צאָל פון די לעבן געבליבענע, וואָס 
האָבן געהאַט דאָס גליק ניצול צו ווערן פון די טיט לאַגערן 


און די מוטערערד דעקט מ"ט יך צו, צװאמען מיט די נשהף הען 
פון די פאַרשטאָרבענע קאַצעטלער, גאַנצע אוצרות פון עדותשאַפט און 
זעס סוד, װאָס איז נאַָך אפשר געבליבן טײ"לההיז פאההױין. דעם שוה 
פון אַ װעלט וו אַ מענטש קעגן אַ מענטש איז פאַרואַנדלט געװאָרן 


אין אַ ווילדער חיה. 


דאָס בילד פון יענער פינצטערניש װאָס עס האָט אַרױסגערופן דער 
נאַצישער מערדער, איז שױן אַ סך געשילדערט געװאָרן, און פון דעסט- 
וװעגן איז נאָך פאראן גענוג צו דערצייקן אַָבער גאָר װינציק אין אה"טן 
געבראַכט געװואָרן דאָס ליכט װאָס האָט דאָ און דאָרטן געשיינט אין 
טױט לאַגער, דאָס ל'כט װאָס האָט ױך אַחרפּגער'טסן חוהר חשר טיצ 
טערניש. און וועגן אָט די ליכטיקע מאָמענטן איז כמעט וי גאָרנישט 
דערציילט געװאָרן. עס קאָן דוכטן, אַז די, װאָס האָבן װועגן דעם צו 
דערציילן, װאָלטן זיך װוי זשענירט, װאָלטן זיך געװאָלט אָפּהאַלטן דאָס 
צו טאָן מחמת עס װאָלט נאָך אפשר געקאָנט אויסזען אין די אױיגן פונעם 
לייענער װי זעלבסטלויב אָדער מאַנגל אין עניוות. 


גראַד איצט געפן איך זיך א'ן סאמע הארץ פבון וי אלפ בער 
אַרום און אַרום איז אַלץ באַדעקט מיט אַ בלענדנדיק-וייסן שוניי מאַנטל. 
פונעס טאָל דערגייט צו מיר דער גערויש פון רייסנדיקן וואַסער-שטראָם, 
װאָס טראָגט מיט זיך דעם אײַביקן סוד פן דער נאשוה. ד' +משו. 
שפיצן נעמען איבער דעס גערויש פון שטראָםס; יי באַװועגן זיך אין דעם 
ליײיכטן װינט און נעמען אַרײן אין זייער בלעטער-לשון דעם פריילעכן 
געפּלאַפּל פון קינדער װאָס שפילן זיך נישט וױיט פון מיר. דאָס זענען 
קינדער פון פאַרשידענע לענדער, װאָס זענען דאָ אַהערגעקומען בכדי צו 
געניסן פון גאָטס שיינער נאַטור. דער גאַנצער אַרום איז באַגאָסן מיט 
ליכט פון אַ זוניקן אַלפן-טאָג. אָט דאָס ליכט און דער געטעוויטשער פון 


12 


זילבערנע קינדער-קולעכלעך וועקן איף אין מיר וייטע רעמיניסצענצן 
פון אַ ליכט װאָס האָט זיך אַדורכגעשלאָגן דורך אַ קאָשמאַרפולער פינצ- 
טערניש. 


און אָט דאָס ליכט האָט אַרױסגעשטראַלט פון מענטשן! 


13 


די טראַנספּאָרטן פון זאַגלעמביע 


געווען איז דאָס אין די ערשטע אויגוסט-טעג פון יאָר 1942. גרויסע 
טראַנספּאָרטן יידן זענען דעמאָלט אָנגעקומען אין בירקענוי. פאַר אַ סך 
פון זיי איז עס געווען דער לעצטער ועג. די אַנדערע האָבן באַקומען 
נומערן אויף זייערע אָרעמס, פון 122000 ביז קנאַפּע 125000. דאָס זענען 
געווען טראַנספּאָרטן יידן פון זאַגלעמביע : בענדין, סאָסנאָװויץ, דאָמבראָוע, 
טשעלאַדז און אויך פון קאַטאָװיץ, װאַדאָװיץ, טשעבין מיט די אַרומיקע 
שטעטלעך. 


די נומערירטע מענער האָט מען פאַרשפּאַרט אין אַ נייעם לאַגער 
װאָס האָט געטראָגן דעם נאָמען קאַראַנטין, 


עטלעכע טעג שפּעטער האָט מען אונדז, די עטלעכע טױזנט יידן 
פונאַנדערגעטיילט אין זעכצן בלאָקן. צוזאַמען מיט די הילצערנע באַראַקן 
האָבן אונדז די נאַצישע רוצחים צוגעטיילט בלאָק-עלטסטע. יעדע גרופּע 
פון פינף-זעקס הונדערט מענער האָט פאַר דעם טויער פון בלאָק געטראָפן 
איר בלאָק-עלטסטן, וועלכער האָט געהאַלטן פאַר זיי אַ דרשה ועגן 
פינצטערן סוף װאָס עס דערװאַרט די ניי-געקומענע גאָר אין קורצן 
כמעט אַלע בלאָק-עלטסטע האָבן טאַקע געהאַט פאַר אַן אויפגאַבע אונדז 
צו פאַרניכטן. מיט זיי האָט אָנגעפירט דער טרויעריק-באַרימטער מער- 
דער, דער דייטשער לאַגער-עלטסטער טין. די בלאָקיעלטסטע האָבן 
זיך באַלד אויסגעזוכט צווישן די ניי-געקומענע די ,שטובענדינסטן", װאָס 


15 


יוסף װײינבערג 


זאָלן האַלטן די אָרדענונג אין די בלאָקן און גלייכצייטיק העלפן די בלאָק- 
עלטסטע אין אויספירן זייער וויסטע פונקציע. 


פאַר אַ סך פון אונדז האָט זיך באַלד פון אָנהײיב געשטעלט די גורל- 
דיקע פראַגע: צי זאָל מען אויסמיידן דאָס נעמען אויף זיך אַ וועלכע 
ס'זאָל נישט זיין פונקציע פון די דייטשן און זייערע געהילפן, וי צום 
ביײישפּיל, די פונקציע פון דעם לאַגער-שרייבער, פון די בלאָק-עלטסטע 
אָדער שטובענדינסטן ? 

מען האָט פּשוט מורא געהאַט וועגן דעם צו רעדן איינער מיטן אַנ- 
דערן. שוין דאָס צונויפזאַמלען זיך מער פון צוויי מענטשן אויף איין אָרט 
איז געווען פאַרבונדן מיט אַ טויט-געפאַר. מען האָט נישט געװוסט צו 
וועמען מען מעג רעדן און אויף וועמען מען קאָן זיך פאַרלאָזן. מען האָט 
מער נישט דערקענט אַ מענטשן װאָס איז דיר ערשט נעכטן געװען 
נאָענט. מען איז נישט געווען מער זיכער מיט זיך אַלין. מיטאַמאָל האָט 
מען װוי איינגעזאַפּט אין זיך די לופט פון פאַרניכטונגס-לאַגער און מ'האָט 
זיך אַפילו נישט אָפּגעגעבן קיין חשבון דערפון װי טיף עס דרינגט אַרין 
אין דיר דער סם פון אָט דער לופט. 


דער נאַצישער מערדער איז געשטאַנען מיט דער ביקס אויף דער 
צווייטער זייט פון די עלעקטרישע דראָטן. ער האָט אָבער אויך געקאָנט 
זיין זייער נאָענט פון אונדז. אין דעם קליינעם סאַלאָן-שטיבל פון בלאָק- 
עלטסטן, אויף דער פּריטשע לעבן דיר, ווו עס איז געלעגן דיין נעכטיקער 
חבר, האָט זיך איצט געפונען דער אשטובענדינסט" װאָס איז אַזױ שנעל 
פאַרװואַנדלט געװאָרן אין אַ מערדער, נישט אָפּגעבנדיק זיך אַפילו קיין 
חשבון וועגן דעם. דאָס פּיצעלע ברויט װאָס ער האָט זיך באַמיט יעדן 
טאָג סיסטעמאַטיש ביי דיר צוצורויבן, די עטלעכע לעפל װאַסערדיקע 
זופּ, װאָס ער האָט דיר יעדן טאָג געגעבן וייניקער, האָבן ביי דיר צו 
ביסלעך צוגענומען דאָס ביסל חיות װאָס איז נאַך געווען אין דיר, אָבער 
אים, דעם שטובענדינסט, האָט דאָס שנעל פאַרװאַנדלט אין אַן אכזר. 


16 


אַ טרער און אַ תפילה 


און אין אָט אַזעלכע באַדינגונגען האָבן טראָץ אַלעם עטלעכע קאַ- 
צעטלער געפונען אַן אָרט און אַ מעגלעכקייט זיך צונויפצוקומען. דער 
ערשטער צונויפטרעף פון אַ צען מענטשן איז פאָרגעקומע! אין אָפּטריט 
פון דעם קאַראַנטין-לאַגער אין בירקענוי. מיר האָבן ,באַזעצט" אַלע צען 
לעכער פון דעם לאַנגן אָפּטריט-קאָרידאָר און אַזױ אַרום האָבן מיר מער 
קיין מורא נישט געהאַט צו װערן געשטערט אָדער פאַראַטן. 


אַלע זענען מיר געווען דורכגעדרונגען מיט גוטן ווילן. אָבער נישט 
אַלע פון אונדז האָבן געהאַט דעם גלויבן אַז עס קאָן דאָך עפּעס געטאָן 
ווערן בכדי צו העלפן איינער דעם אַנדערן. אַ טייל פון אונדז האָט גע- 
האַלטן אַז מען דאַרף יאָ פאַרכאַפּן די װויכטיקסטע פּאָסטנס פון בלאָק, 
וי שטובענדינסט און בלאָק-שרייבער, אָבער נישט בכדי פאַרואַנדלט 
צו ווערן אין אַ געהילף פון דעם נאַצי-מערדער, נאָר בכדי אַזױ אַרום צו 
קאָנען העלפן אונדזערע ברידער אַז זיי זאָלן קאָנען אויסהאַלטן װאָס 
לענגער : בכדי נישט צו דערלאָזן אַז יעדן טאָג זאָל פון זייער חלק שפּײז 
אַװעקגערױיבט ווערן אַ שטיקל ברויט אָדער אַ ביסל זופּ: נישט דערלאָזן 
אַז מען זאָל זיי שלאָגן ביי יעדער געלעגנהייט, אַז מען זאָל זיי אַזױ פּײ- 
ניקן ביים יאָגן צום אַפּעל און פון אַפּעל צו דער אַרבעט און פון דער 
אַרבעט, װי דערשראָקענע הילפלאָזע באַשעפענישן, ווידער צום אַפּעל. 


בזשעסקי, אַ מוטיקער בענדינער ייונגערמאַן. וװעלכער האָט זיך 
קונה-שם געווען מיט זיין קאַמף קעגן דעם יודענראַט אין בענדין, האָט 
אויף דער דערמאָנטער אָפּטריט-פאַרזאַמלונג אַ טרויעריקער מיר אָפּגע- 


ענטפערט: 


;דאָס װאָס דו ווילסט איז איבער אונדזערע כוחות. דער לאַגער איז 
געשאַפן געװאָרן דורכן דייטש מיטן איינציקן ציל אונדז צו פאַרניכטן. 
דאָס איז -- האָט ער וייטער געזאָגט -- אַן אומברחמנותדיקע מאַשין, 
װאָס איז דורך היטלערן געלאָזט געװאָרן אין באַװעגונג. מיליאָנען 
מענטשן זענען אַרײינגעצױיגן געװאָרן אין די רעדערציין פון דער דאָ- 
זיקער מאַשין בכדי זיי זאָלן אין זיי צעריבן װערן. אַ נייעם עסדר- 


17 


יוסף ויינבערג 


העולם" האָבן די מערדער געשאַפן. װילסטו גאָר, דו קליינטשיק מענ- 
טשעלע, זיך אַקעגנשטעלן דעם דאָזיקן מעכטיקן אסדר-העולם"? 


די זעלבע נאַכט נאָך איז בזשעסקי געגאַנגען אויף די עלעקטרישע 
דראָטן. ער האָט מער נישט געהאַט קיין גלויבן אין זיך, אַז מען קאָן 
דאָך גיין קעגן אָט דעם ;סדר-העולם" און ער האָט מער נישט געקאָנט 
לעבן אין אָט דער גרויזאַמער וועלט, װאָס האָט געהייסן: פאַרניכטונגס- 
לאַגער. 


פון דעסטוועגן האָט זיך, אומבאַמערקט, געשפּינט אַ פאָדעם פון 
האַרציקער סאָלידאַריטעט, װאָס האָט נישט געהאַט קיין נאָמען און נישט 
קיין באַשטימטע פאָרעם. קיין שום ,פּראָגראַם" האָט נישט געבונדן די 
דאָזיקע מענטשן און בראש פון זיי איז קיינער נישט געשטאַנען. און 


דאָך.. 


אין פריען מאָרגן-גרוי, ווען מען האָט אונדז אַזױ אכזריותדיק אויפ- 
געריסן פון שלאָף און אונדז אַראָפּגעטריבן פון אונדזערע פּריטשעס און 
מיר זענען באָרװעסע געלאָפן צום בלאָק-פּלאַץ זיך צו שטעלן צום אַפּעל, 
אין אָט דעם מאָמענט, ווען מען האָט געציילט די לעבעדיקע װאָס זענען 
געשטאַנען, און די טויטע, װאָס זענען לעבן זיי געלעגן, האָבן אין אָט 
דער גרויסער מאַסע זיך געפונען מענטשן, װאָס האָבן אָנגעהױבן זיך צו 
פילן נאָענט איינער צום אַנדערן, וי דורכגעדרונגען פון אַ געמיינזאַם 
געפיל. 


דאָס לעבן אין לאַגער האָט אָנגעהויבן אַרױסװײזן די ערשטע סימנים 


פון עפּעס אַ נייעם אינהאַלט, עס האָט אויפגעלויכטן אַ שװאַכע שיין פון 
בטחון, 


די פרימאָרגנס זענען געווען קילע. דער געדיכטער נעפּל האָט זיך 
געזען ברייט אַרום און האָט פּאַרשטעלט פאַרן אויג די סאַמע נאָענטסטע 


18 


אַ טרער און אַ תפילה 


קאַרפּאַטן-בערג. די קעלט איז דורך די באָרװעסע פיס אַריינגעדרונגען 
ביז צום מאַרך פון די ביינער פון אונדזערע האַלב-נאַקעטע לייבער. 
דאָס שעהען-לאַנגע שטיין אויף די אַפּעלן האָט אונדז אויסגעמאַטערט ביז 
גאָר און מיר האָבן אָנגעהױיבן גיך צו פאַלן פון די כוחות. אונדזער מוט 
איז אָפּגעשװאַכט געװאָרן און פון דעסטוועגן האָבן זיך דאָ און דאָרטן 
געפונען מענטשן, צעזייטע אין די בלאָקן, װאָס האָבן אין האַרצן גע- 
טראָגן אַ פייערל פון האָפענונג און פון אַ ווילן צום לעבן 


דאָס דאָזיקע פייערל, דער דאָזיקער פאַרבאָרגענער שטראַל, װאָס האָט 
געלויכטן אין אונדזערע הערצער, האָט זיך געטראָגן פון איינעם צום אַנדערן. 
אויסערלעך האָט ער זיך אויסגעדריקט אין אַ שמייכל, אין אַ בליק פול מיט 
דערמוטיקונג, װאָס האָט געקוקט צו דיר מיט גוטסקייט און האַרציקײיט. 
איינער פון אונדזערע בלאָקן איז געווען טרויעריק-באַרימט דערמיט װאָס 
דאָרטן האָט מען ביי די קאַצעטלער צוגערויבט אַ ביסן פון זייער ברויט, 
אָדער אַ לעפל זופּ. האָט זיך געפונען אַ מענטש פון אַן אַנדערן בלאָק, װאָס 
איז זיך כלומרשט סתם געקומען קוקן וי אַזױ מען טײילט דאָרט פונאַנ- 
דער דאָס עסן. פון זיין מויל האָט זיך נישט געהערט קיין װאָרט. קיינער 
האָט אים נישט געשיקט אַהער, אָדער געגעבן אים אַ באַפעל, אַז ער 
זאָל אַכטונג געבן אויף דעם וי אַזױ דאָס עסן ווערט אױסגעטײלט. די 
קאַצעטלער האָבן אָבער באַלד דערפילט, אַז עס איז דאָ אַן אויג װאָס 
זעט אַלץ, װאָס איז װאַכזאַםס און גיט אַכטונג; די הפקרות, דאָס געפיל 
אַז דאָ הערשט לית דין ולית דיין האָט װי אומבאַמערקטערהייט אָפּגע- 
טראָטן דאָס אָרט פאַר אַן אַנדער געפיל, װאָס אין לאַגער איז דאָס בכלל 
נישט געווען בנמצא -- דאָס געפיל פון חרטה ביי די מענטשן װאָס די 
הפקרות און דער לית דין ולית דיין זענען געװאָרן דער איינציקער 
אינהאַלט פון זייער לאַגער-לעבן. 


ביי מענטשן פון גוטן ווילן האָט גענומען אַריינדרינגען אַ געפיל פון 
חברשאַפט און סאָלידאַריטעט. די גרעסטע טײל פון זיי האָט זיך גוט 
געקענט נאָך פון פאַר דער מלחמה. אַלע זענען זיי דערצויגן געװאָרן אין 


19 


יוסף וויינבערג 


זייערע שטעטלעך אין פאַרשידענע ציוניסטישע יוגנט-אָרגאַניזאַציעס. 
אָבער דאָס װאָס האָט זיי אַמאָל פאַרבונדן איז נישט געװען גענוג. דאָ 
האָט זיך געדאַרפט אויסשמידן אַ נייע חברשאַפט, פאַר וועלכער עס האָט 
זיך פאַרלאַנגט מסירת-נפש: עס האָט איצט פאַרבונדן יעדן פון זיי די 
גרייטקייט צו ראַטעװען דאָס לעבן פון זיין ליידנס-חבר, זיין ברודער פון 
בשותפותדיקן גורל. 


און דעמאָלט האָט מען זיך אָנגעהויבן צו דערציילן, אַז עס זענען 
פאַראַן עטלעכע בלאָקן ווו מענטשן ווערן מער נישט געשלאָגן, אָדער 
גאָר וייניק געשלאָגן ; אַז דאָרט ווערט מען נישט באַגנבעט און באַרױבט 
פון דער פּאָרציע ברויט, אָדער פון דעם ביסל זופּ. 


מיינער אַ ניצול-געװאָרענער חבר האָט מיר אַנומלט דערציילט; 


אווען איך בין געקומען אין לאַגער אַרײן בין איך קוים אַלט געווען 
זעכצן יאָר און איך בין געװוען װי אַ יונגע קאַלב; האָב איך גלייך 


דעם ערשטן טאָג גענומען שרייען אויף די שװאַכע. איך בין געוען 
ברוטאַל. 


אַ געוויסן טאָג ביסטו, יוסף, געקומען צו מיר צוזאַמען מיט יאָלעק 
פיינער פון בענדין, וועלכער האָט געאַרבעט אין דער שרייבער-שטובע. 
איך האָב דיך כמעט נישט געקענט, אָבער דו האָסט אַרױפגעלײגט דיין 
האַנט אויף מיין אַקסל און מיך פריינטלעך אַװעקגעפירט אויף אַ שפּאַציר 
אין לאַגער. איר ביידע האָט מיך געפרעגט: פאַרװאָס שרייסטו אַזויפיל 
אויף די מענטשן! האָב איך געענטפערט, אַז איך שריי בלױז, אָבער 
איך שלאָג נישט קיינעם. און דו, יוסף, האָסט מיר רואיק געגעבן צו 
פאַרשטיין, אַז דאָס שרייען הרגעט גענוי אַזױ אַװעק די מענטשן וי דאָס 
שלאָגן. איך בין אַלט געווען זעכצן יאָר און האָב דיינע ווערטער נישט 


20 


אַ טרער און אַ תפילה 


פאַרשטאַנען, אָבער דיין ליבלעכקייט צו מיר האָב איך נישט בלויז פאַר- 
שטאַנען, נאָר אויך געפילט. 


פון דעמאָלט אָן האָב איך מער אויף קיינעם נישט געשריגן". 


די בלאָקיעלטסטע װאָס האָבן די ערשטע צייט געװילדעװעצט מיט 
זייער הפקרות און ברוטאַליטעט און זיך אַפילו אָפט גערימט און שטאָל- 
צירט דערמיט װער עס קאָן בעסער שלאָגן און אַפילו איינער דעם אַנ- 
דערן געוויזן אַז ער איז אַ גרעסערער אויפטוער אין הרגענען, אין שנעלן 
הרגענען, האָט זיך אַפילו ביי זיי גענומען באַװייזן אַ געפיל פון חרפּה. 

האָט טאַקע געטראָפן אַז איינער פון די בלאָקיעלטסטע, וועלכער 
האָט געהאַט אַ שם אין לאַגער פאַר איינעם פון די גרעסטע רוצחים, 
האָט נאָך דעם װי ער האָט געהאַט שטאַרק צעשלאָגן איינעם פון אונדז, 
צוגעלאָפּן צו אונדזער גרופּע, װאָס האָט זיך צוגעקוקט צו זיין מער- 
דעריי,. און זיך גענומען פאַרענטפערן מיט אומגעלומפּערטע ווערטער, 
אַז ער איז נישט שולדיק פאַרװאָס ער שלאָגט, נאָר דער קרבן זיינער 
האָט נישט פאַרשטאַנען פאַרװאָס ער טוט דאָס; אַז עֶר מוז לפּנים שלאָגן. 


יאָ, מען האָט גענומען צו ביסלעך זיך שעמען מיט די באַגאַנגענע 
רוצחישע מעשים אין לאַגער. די שטובענדינסטן האָבן זיך אָנגעהויבן 
אָפּגעבן אַ חשבון, אַז מען איז מער נישט אויף הפקר. די פאָראַרבעטער, 
װאָס האָבן אין לאַגער אָנגעפירט מיט די אַרבעטס-בריגאַדעס, האָבן אַלץ 
זעלטענער אויפגעהויבן זייערע שטעקנס איבער די קעפּ פון זיערע 
קרבנות, בכדי צו באַמיען זיך צו ווייזן דעם דייטש אַז זיי זענען פלייסיק 
אין זייער גאויפגאַבע"; צו געװוינען זיין צוטרוי און אַרױסמאַניען ביי 
אים אַ חי-שעה. זייערע הענט האָבן זיי נאָר געביילט און געהויבן, אָבער 
מער נישט געשלאָגן. 


21 


יוסף וויינבערג 


אומבאַמערקט האָט זיך אָנגעהױיבן אַן אַקציע קעגן די שרייערס. 
ביי די קאַפּאָס און פאָראַרבעטער האָט געהערשט אַ מינונג, אַז בכדי 
צו געפעלן די דייטשן דאַרף מען הויך שרייען אויף די אַרבעטער. אַ גאַנצן 
טאָג האָבן זיך איבער די קעפּ פון די אָנגעמאַטערטע, אָפּגעשװאַכטע 
שקלאַפן-אַרבעטער געטראָגן ברוטאַלע געשרייען פון זייערע וועכטער, 
די קאַפּאָס אָדער פאָראַרבעטער. דאָס דאָזיקע שרייען האָט דעמאָראַלי- 
זירט די מענטשן נישט וייניקער װי די קלעפּ, װאָס זיי האָבן באַקומען 
און האָט ביי זיי אָפּגעשװאַכט דעם אָנשטרענג און דעם ווילן צו לעבן. 


די דאָזיקע מענטשן, װאָס אַ סך פון זיי האָבן געשטאַמט פון די 


זעלבע שטעט און שטעטלעך װאָס די קרבנות, איז שװער געװען 
צו פאַרשטיין, אַז דאָס שרייען הרגעט נישט װוינציקער װי די קלעפּ. 


זיי, די פאָראַרבעטער, זענען מערסטנטייל געווען נישט קיין שלעכטע 
יינגלעך, װאָס האָבן אין געוויסע פאַלן אַרױסגעװיזן גוטן ווילן לגבי די 
קאַצעטלער, וועלכע האָבן געאַרבעט אונטער זייער באַפעל, אָבער נישט 
תמיד זענען זיי געװוען גענוג אינטעליגענט און עמפינדלעך בכדי צו 
באַנעמען און אונטערשיידן װאָס איז גוט און װאָס איז שלעכט, װאָס איז 
מענטשלעך און װאָס איז שענדלעך און אַז זיי זענען אין לאַגער געפאַנגען 
פון דעם זעלבן אכזריותדיקן שונא. 


אין לאַגער איז די גרענעץ צװישן די חיהשע אינסטינקטן און 
מענטשלעכער איידלקייט אָפּט מאָל פאַרווישט געװאָרן. עס האָט זיך 
אַרױסגעװיזן אַז אַ מענטש האָט געקאָנט גיך פאַרװאַנדלט ווערן אין 
אַ מערדער. ער האָט אָבער גלײכצייטיק נאָך געהאַט אין זיך גענוג 
מאָראַלישן כוח בכדי גאַנץ לייכט געשטויסן צו ווערן צו קרבנות-גרייט- 
קייט, צו איידעלע מעשים. 


די בחירה צװוישן טױט און לעבן איז געווען אַזױ נאָענט, אַז אין 
געוויסע מאָמענטן פון ישוב-הדעת האָט אַ ייד נישט געקאָנט פאַרשטיין 


22 


אַ טרער און אַ תפילה 


דעם זין פון ,הרי אני נותן לפניך את החיים ואת המות ובחרת בחיים". 
(אָט גיב איך צו דיר דאָס לעבן און דעם טויט און דו זאָלסט אויסקלויבן 
דאָס לעבן). אַ גוט װאָרט, אַ שמייכל, אַ פריינטלעכער אָדער פיינטלעכער 
בליק האָבן אָפט דעצידירט איבער דער דאָזיקער בחירה: לעבן אָדער 
טויט. 


און עס האָבן זיך געפונען מענטשן װאָס האָבן דעם דאָזיקן טיפן 
אמת פאַרשטאַנען און ס'איז גענוג געווען אַז זייערס אַ שמייכל, אַ פריינט- 
לעכער בליק, אַ גוט װאָרט זאָלן אַ פּאָטענציעלן מערדער שיער נישט 
פאַרװאַנדלען אין אַ צדיק. 


6 = 
6 


איך שרייב די עטלעכע באַמערקונגען דערפאַר, וייל עס זענען 
געווען פּראָבלעמען, וועלכע זענען פאַר געוויסע מענטשן היינט אינגאַנצן 
נישט פאַרשטענדלעך: פּראָבלעמען, װאָס אין נאָרמאַלע לעבנס-באַדינ- 
גונגען װעט זיין זייער שווער זיי צו פאַרשטיין און באַגרייפן. 


עס האָט זיך ביי אונדז געשאַפן אַ מצב אין וועלכן די ביוראָ-שרײ- 
בער אין די פאַרשידענע בלאָקן האָבן אַלץ מער באַקומען חשיבות אין די 
אויגן פון די בלאָק-עלטסטע און מען האָט זיך געמוזט רעכענען מיט 
זייערס אַ װאָרט. נאָך מער: זייער אױטאָריטעט איז אָפט מאָל אַפילו 
איבערגעשטיגן דעם אָנזען פון די בלאָק-עלטסטע. זייענדיק געבונדן 
ביודעים, אָדער בלא יודעים מיטן ליכטיקן פאָדעם פון מענטשלעכער 
סאָלידאַריטעט, מיטן ווילן צו העלפן, צו פאַרלייכטערן די יסורים פון 
די ליידנדיקע קאַצעטלער, צו װועלן אַרײינברענגען אַ ביסל זון אין דעם 
קאָשמאַרפולן לאַגער-לעבן האָבן זיך צו אונדזער גרויסן גליק געפונען 
צווישן אונדז אַ שיין ביסל אַזעלכע איידעלע יידישע לאַגער-שרײײבער. 


אָט זענען זייערע נעמען: העניעק ערליך, אלתר בריקנער, מאָטעק ליכ- 


23 


יוסף ויינבערג 


טענשטיין, די צוויי ברידער בוכווייץ און נאָך און נאָך אַזעלכע לאַגער- 
שרייבער, וועמענס נעמען איך דערמאָן זיך, ליידער, נישט מער. 


פּאָסטעל 


צו דער זעלבער גרופּע האָבן אויך געהערט צבי דאַנציגער, וועל- 
כער האָט אָנגעפירט מיט פאַרשידענע טעכנישע אַרבעטן, די ברידער 
זאב און מאָניעק לאָנדנער. זיי זענען אַלע געװען קינדער פון די זאַ- 
גלעמביער שטעטלעך. מיט דער צייט האָט זיך די דאָזיקע גרופּע אַלץ 
מער פאַרגרעסערט. אַנדערע קאַצעטלער מיט אַ גוטן ווילן זענען צוגע- 
שטאַנען צו זיי און אַלע האָבן זיי זיך גרופּירט אַרום פּאָסטעלן, אַ לעמ- 
בערגער יונגנמאַן, וועלכן מען האָט געברענגט קיין בירקענוי פון פראַנק- 
רייך, װו ער האָט געלעבט פאַר דער מלחמה. פּאָסטעל איז געגאַנגען זיין 
אייגענעם וועג און בשום-אופן נישט געװאָלט מיטגיין מיט די, װאָס האָבן 
געװאָלט בלייבן לעבן אויפן חשבון פון די ליידן פון זייערע גורל-ברידער. 
זיין אינטעליגענץ, קאָרעקטקייט און שכלדיקייט האָבן געװעקט דרך:ארץ 
ביי אַלעמען, אַפילו ביי די נאַצישע רוצחים. 


פּאָסטעל איז מיט דער צייט געװאָרן דער ליכטיקער שטראַל אין 
אונדזער פינצטערן לאַגער-לעבן. ער איז דערגאַנגען צו דער היכער 
מדרגה פון ראַפּאָרט-שרײבער. דאָס איז געווען דער העכסטער אַמט אין 
לאַגער נאָך דעם לאַגער-עלטסטן. ער איז באַלד פון אָנהייב צוגעטיילט 
געװאָרן צום קאַראַנטין-לאַגער אַלס ראַפּאָרט-שרײבער. פּאָסטעל איז 


24 


אַ טרער און אַ תפילה 


געווען אַ גוטער מענטש, אַ האַרציקער ייד און דאָס לעבן פון אַ מענטש 
איז פאַר אים געווען דאָס טייערסטע פון אַלץ. מיר, די קאַצעטלער, האָבן 
גלייך דערפילט אַז מענטשלעכקייט שטראַלט אַרױס פון אים. אַז מיר 
האָבן צו טאָן מיט אַ ייד אַ צדיק און מיר האָבן זיך גענומען דערנענ- 
טערן צו אים, צו געפינען זיך אַרום אים. 


מיט פּאָסטעלן האָבן אין דער שרייב-שטוב געאַרבעט זיינע געהילפן 
װאָס זענען באַשטאַנען פון בענדינער און סאָסנאָװוצער בחורים און צואַ- 
מען מיט אים האָבן זיי װאָס אַ מאָל מער געהאַט אַ השפּעה אויף די 
פאַרשידענע בלאָק-עלטסטע. 


פאַרשידענע מיטלען האָבן זיי אָנגעװאָנדן קעגן די שלעכטע בלאָק- 
עלטסטע. אַזױ צום בישפּיל האָבן זי אַ שלעכטן בלאָק-עלטסטן נישט 
צוגעטיילט קיין נייע העפטלינגע, אָדער זיך באַמיט װוי וייט מעגלעך 
אָפּצושטעלן דאָס צוטיילן צו זיין בלאָק פריש-אָנגעקומענע יידן. און אָן 
מענטשן איז אַזאַ ‏ בלאָק-עלטסטער געװאָרן אויס צעלייגער װאָס האָט 
נישט געהאַט איבער וועמען צו זיין דער האַר פון לעבן און טויט. אָבער 
נאָך וויכטיקער פון דעם איז געווען דאָס, װאָס די דאָזיקע אכזריותדיקע 
בלאָק-עלטסטע האָבן געוווסט ווער עס האָט זיי דאָס אָפּגעטאָן און דער 
עיקר, אַז מען באַשטראָפט זיי פאַר זייערע אוממענטשלעכע מעשים. 


פּאָסטעל האָט פאַר יעדן מענטש געהאַט אַ גוט װאָרט, אָבער ווען 
עס איז נייטיק געווען האָט ער פאַר די מענטשן פון מיאוסער אויפפי- 
רונג געהאַט אויך אַ שלעכט װאָרט, זיי געזאָגט מוסר און זיי געמאַכט 
שאַרפע פאָרווורפן. 


אַז עס איז אָנגעקומען אַ נייער טראַנספּאָרט מיט העפטלינגע איז 
קודם-כל געווען אונדזער חוב זיי אַריינצוגעבן אַ ביסל מוט, שאַפן ביי 
זיי דעם איינדרוק, אַז נישט אַלץ איז פאַר זיי פאַרלוירן און אַז מען קאָז 
דעם לאַגער איבערלעבן. די נאַצישע לאַגער-אויפזעער און זייערע גע- 


25 


?וסף וויינבערג 


הילפן האָבן, פאַרקערט, געהאַט אַן אויפגאַבע צו דעמאָראַליזירן די 
נײי-אָנגעקומענע, זיי מאָלן אַ שװאַרץ בילד פונעם לאַגער און אַז דאָ 
וװועט זיין דער סוף פון אַלע קאַצעטלער. מיר אַלין, ווען מיר זענען אָנגע- 
קומען אין בירקענוי, האָבן מיר גלייך דערפילט דעם שרעקלעכן איינדרוק 
פון אָט דעם ויסטן ,ברוך-הבא". איידער נאָך מיר האָבן רעכט אָנגע- 
הויבן דאָס פינצטערע לאַגער-לעבן האָבן מיר געהאַט דעם איינדרוק אַז 
דער קאַמף פאַר אונדזער קיום איז דאָ אַ פאַרשפּילטער, דער ווילן צום 
װידערשטאַנד איז אָפּגעשװאַכט געװאָרן און אונדזער גלויבן און אמונה 
האָבן זיך אָפּגעטאָן פון אונדז. 


האָבן מיר דעריבער איצט געשטעלט זיך פאַר אַן אויפגאַבע אויפ- 
צונעמען די ניי-געקומענע מיט אַ גוט װאָרט פון דערמוטיקונג און האָפע- 
נונג, מיט אַ האַרציקן שמייכל, מיט אַ היימישן װונק, װאָס זאָל שאַפן 


ביי זיי אַ געפיל פון ברידערלעכקייט און משפּחהדיקייט. דאָס איז אָפט 
מאָל געווען אַ שווערע אויפגאַבע, װי מיר װעלן דאָס זען: 


מיט יידן פון רוים 


מ'האָט צו אונדז איינמאָל געברענגט אַ גרויסן טראַנספּאָרט איטאַליע- 
נישע יידן, פון רוים, און מיר האָבן אַפילו נישט געקאָנט זיי זאָגן 
אַ טרייסט-װאָרט, ווייל מיר האָבן זיך נישט פאַרשטאַנען שפּראַכלעך. אָבער 
באַלד דעם ערשטן טאָג פון זייער אָנקומען אין לאַגער האָט מען די 


26 


אַ טרער און אַ תפילה 


דאָזיקע יידן מיט דער הילף פון פּאָסטעלן צוגעטיילט צו דער אַרבעט 
פון אויסבויען דעם לאַגער, ווו איך האָב צוזאַמען מיט צבי דאַנציגער 
אָנגעפירט מיט דער טעכנישער טייל פון דער אַרבעט. וי שוין געזאָגט, 
האָבן די יידן פון רוים נישט פאַרשטאַנען אונדזער שפּראַך און מיר 
נישט זייערע. און דאָך האָט גלייך אונדז פאַרבונדן אַ געפיל פון האַרצי- 
קייט. אַ גאַנצן טאָג ביי דער אַרבעט, ביים גראָבן דעם האַרטן באָדן 
ביים טראָגן די שווערע שטיינער האָבן די יידן פון רוים געזונגען. אַ גאַנצן 
טאָג אַזױ, פון פרימאָרגן ביזן אָװונט. זיי האָבן געזונגען ביי דער אַרבעט, 
זיי האָבן געזונגען ביים טראָגן די שווערע פעסער זופּ, זיי האָבן געזונגען 
שוין ליגנדיק ביינאַכט אויף זייערע האַרטע פּריטשעס. 


און אַזױ זינגענדיק זענען זיי ביסלעכוייז אויסגעגאַנגע. 


מיר האָבן אַלץ געטאָן בכדי װוי ווייט מעגלעך זיי צו פאַרלייכטערן 
דאָס לעבן; מיר האָבן זיי אַרומגערינגלט מיט אַן אַטמאָספערע פון ברי- 
דערלעכער האַרציקייט ; מיר האָבן זיך באַמיט לייכטער צו מאַכן זייער 
שווערע אַרבעט, פאַרבעסערן זייער וווינען אין בלאָק, זייער עסן, זייער 
שלאָפן. אָבער די רעזולטאַטן זענען נישט געווען אַזױ ווי מיר האָבן זיך 
געווונטשן. דער ייד פון רוים האָט נישט געהאַט קיין װידערשטאַנד- 
קראַפט בכדי לאַנג אויסצוהאַלטן דאָס שװװוערע לאַגער-לעבן. איך ויל 
דאָ צוגעבן, אַז ווען מיר פלעגן הערן די יידן פון רוים זינגען איז עס 
געווען פאַר אונדז אַ געוויסע סאַטיספאַקציע, ווייל מיר האָבן באַנומען 
אַז זייער זינגען איז אַ פּועל-יוצא פון אונדזער דערמוטיקן זיי און וועקו 
ביי זיי אַ געוויסע האָפענונג. עס פלעגט טרעפן אַז בעת דער אַרבעט און 
אין מיטן זינגען איז איינער פון זיי אַװעקגעפאַלן. מיר זענען געלאָפן 
שנעל צו דעם אָרט. מיר האָבן געװוסט אַז מיר װעלן דעם ייד נישט 
קאָנען העלפן. מיר האָבן אָבער געװאָלט, אַז איידער עס גייט אויס זיין 
לעצטער אָטעם זאָל ער פילן אונדזער צוגעבונדנקייט און ברידערלעכ- 
קייט צו אים. 


27 


ישוף |װיטהשה? 


מיין געשלעג מיט אַ בלאַק-עלטסטן 


אין דער דאָזיקער אַטמאָספערע פון קאַראַנטין-לאַגער איז נאָך 
צוגעקומען אין די לעצטע װאָכן פון יאָר 1943 די מגפה, װאָס האָט 
געבושעוועט צװישן אונדז. עס זענען געווען שרעקלעכע סעלעקציעס צו 
די קרעמאַטאָריעס. 


מיר האָבן שוין פריער געהאַט דורכגעלעבט גאָר טראַגישע מאָמענטן 
ווען מען האָט ערב יום-כיפּור געפירט דורך דעם װעג װאָס האָט זיך 
געצויגן לעבן לאַגער הונדערטער נאַקעטע פרויען צום פאַרברענען. 


אַ סך פון אונדזערע נאָענטע האָבן צווישן די פרויען דערזען זייערע 
אייגענע פרויען אָדער שוועסטער. אַזױ ברוטאַל און אכזריותדיק איז 
אַוועקגענומען געװאָרן פון זיי זייער לעצטע האָפענונג. אָבער יעדער האָט 
זיך באַמיט צו טרייסטן דעם שווער-געטראָפּענעם דורך אַרױסװײיזן אים 
געפילן פון מיטלייד און האַרציקע חברשאַפט. ביי אַ סך פון אונדז האָבּן 
די דאָזיקע געפילן ממש געהאָלפן דערהאַלטן דאָס חיות. 


איך בין נישט געבוירן און נישט דערצויגן געװאָרן אין זאַגלעמביע 
און דאָך האָב איך זיך געפילט וי איינער פון יענע יידישע קהילות. ווען 
איך האָב געזוכט די סיבה פון דאָזיקן געפיל האָב איך זי געפונען אין 
גאַנץ באַשטימטע מאָמענטן פון מיין לאַגער-לעבן. 


געווען איז דאָס אין די לעצטע סעפּטעמבער-טעג. מיר זענען גע- 
שטאַנען אויסגעשטעלט צו דעם פרימאָרגן-אַפּעל, צו צוויי בלאָקן אויף 


28 


אַ טרער און אַ תפילה 


איין פעלד, איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן. אַנטקעגן אונדז איז געשטאַנען 
דער פערצנטער בלאָק, װאָס האָט געהאַט אַ דיקן אָנגעפרעסענעם בלאָק- 
עלטסטן ; אָנגעטאָן איז ער געווען וי אַ גראַף, אין פיינע הויכע אָפיצירן- 
שטיוול, פּרעכטיקע רייט-הויזן און אין אַן עלעגאַנטער קורטקע. ער האָט 
מיטאַמאָל גענומען מערדערלעך שלאָגן דעם יינגסטן העפטלינג פון זיין 
בלאָק און ווען דער פאָטער פון דעם קינד, װאָס איז לעבן אים געשטאַנען, 
האָט געמאַכט אַ לײכטע באַװעגונג בכדי צו שיצן זיין זון קעגן די 
קלעפּ, האָט זיך דער שלעגער געװאָרפן אויך אויף דעם טאַטן מיט זיינע 
פויסטן. אין דעם מאָמענט האָב איך פון מיין אָרט אויסגעשריגן: ,זעט 
נאָר דעם גיבור, װאָס כאַפּט זיך שלאָגן קינדער אָדער אַלט9ף? 


דער שלעגער האָט גלייך אָפּגעלאָזט זיינע קרבנות בכדי זיך צו 
נעמען צו מיר. מיט חוצפּה און כעס האָט ער אויסגערופן אין מיין ריכ- 
טונג : קוועל איך דיר וייזן װוי אַזױ איך שלאָג יונגע". איך האָב אים 
געענטפערט: ;אויב דו וילסט זיך מיט מיר שלאָגן טאָ װאַרף אַװעק 
דיין רויטן באַנד פון בלאָק-עלטסטן, װאָס דו טראָגסט אויפן אָרעם". 


אין דער רגע איז אויף דעם פעלד צוגעקומען דער לאַגער-עלטסטער 
און זעענדיק װוי דער בלאָק-עלטסטער איז נישט אַנטשלאָסן אַראָפּצונעמען 
זיין באַנד פון אָרעם האָט ער אים אַ פרעג געטאָן מיט אַ צינישן שמייכל: 
;האָסט אפשר מורא ?7. 


דאָס איז גענוג געווען אַז דער בלאָקי-עלטסטער זאָל מיט כעס 
אַװעקװאַרפן דעם אָפּצײיכן פון זיין פונקציע און זיך ואַרפן אויף מיר 
וי אַ ווילדע חיה. 


ער איז געווען אַ סך גרעסער פון מיר און צוויי מאָל אַזױ דיק, אָבער 
דער ספּאָרט-פאַרמעסט האָט נישט לאַנג געדויערט. נאָך עטלעכע קלעפּ 
װאָס איך האָב אים דערלאַנגט האָט מען אים אַראָפּגענומען פון אַפּעל- 
פעלד אין קראַנקן-הויז אַרײין בכדי אים צו באַנדאַזשירן זיין צעבלוטיקט 
פּנים. 


29 


יוסף ויינבערג 


יאָ, ספּאָרט איז געפעלן דעם לאַגער-עלטסטן און די אַנדערע לאַגער- 
הערשער. אָבער נאָך דעם געשלעג, װאָס האָט זיך געענדיקט מיט אַ זיג 
פון דודן קעגן גליתן, איז פאַרבליבן דער נישט-געוויינלעכער פאַקט, אַז 
אַ פּשוטער העפטלינג האָט געשלאָגן אַ בלאָק-עלטסטן און מען האָט 
זיך געריכט אַז ער װעט דערפאַר באַשטראָפט וערן. אוודאי האָבן זי 
מיך בינאַכט געקאָנט אַראָפּשלעפּן פון מיין פּריטשע און מיך גאַנץ פּשוט 
דערווערגן. אָבער זיי האָבן דאָס נישט געטאָן, ווייל זיי האָבן געװאָלט אַז 
דער גאַנצער לאַגער זאָל װויסן אַז עס הערשט אָרדענונג און אַז אין 
אָט דער אָרדענונג איז נישטאָ קיין פּלאַץ פאַר מענטשן, װאָס פאַרמעסטן 
זיך מיט כוח קעגן דער היעראַרכיע פון לאַגער. 


און אַזױ האָט פאַר מיר זיך אָנגעהױבן אַ פּעריאָד פון סיסטעמאַ- 
טישן באַשטראָפט ווערן. יעדן טאָג האָט מען אויסגערופן מיין נאָמען 
אויף דעם גרויסן לאַגער-פעלד האָב איך אַלײן געמוזט ציילן צוויי מאָל 
צו פופציק שמיץ, װאָס די רוצחים האָבן מיר דערלאַנגט. ווען איך בין 
געפאַלן אין חלשות און כ'האָב אויפגעהערט צו ציילן האָט מען אויף 
מיר געגאָסן װאַסער ביז איך בין געקומען צו זיך און כ'האָב אויפסגיי 
אָנגעהויבן צו ציילן די שמיץ. 


נאָכן פאַרענדיקן די דאָזיקע שטראָף האָט מען מיך אַװעקגעטראָגן 
פון פעלד און איך בין געבליבן ליגן שעהען-לאַנג אין אַ באַװוסטלאָזן 
צושטאַנד. ווען איך האָב זיך עטלעכע שעה שפּעטער אויפגעװועקט פון 
האַלב-טויטן צושטאַנד זענען געשטאַנען איבער מיר די קאַצעטלער פון 
זאַגלעמביע. די אויגן פון אלתר בריקנער זענען געװוען פאַרוויינט און 
די אויגן פון מאָטעק ליכטענשטיין האָבן אויסגעדריקט פרייד צוליבן 
זען מיך װידער עטעמען. העניעק ערליך איז געווען ערנסט, ער האָט 
שוין געקלערט וועגן די מאָרגנדיקע שמיץ װאָס איך וװועל וידער באַ- 
קומען. 


יעדע רגע איז אַן אַנדערער געקומען צו לויפן מיר אַרױסװײזן 
געפילן פון ברידערלעכקייט און האַרציקייט, װאָס דאָס האָט אין מיר 


30 


אַ טרער און אַ תפילה 


אַריינגעהױכט אַ נייעם לעבנס-אָטעם און אַ געשטאַרקטן כוח און וילן 
אויסצוהאַלטן. דאָס זענען געווען געפילן װאָס פאַרגעסן זיך נישט. כמעט 
יעדער פון אונדז האָט געהאַט מאָמענטן פון שװוערע איבערלעבונגען, פון 
יאוש און פאַרצווייפלונג, און דעמאָלט האָט דאָס ליכט פון פריינטשאַפט 
אויפגעלויכטן פאַר זיינע אויגן און אים אָנגעפילט מיט בטחון און 
לעבנס-ווילן. 


די הילף פאַר מיר איז געקומען פון טיפוס... 


אין איינעם אַ רעגנדיקן אָקטאָבער-טאָג פון יאָר 1943 איז געפאַלן 
וי אַ דונער פון הימל אַ באַפעל פון אַן אַלגעמײנער אקאַראַנטין-שפּערף? 
פאַרן גאַנצן לאַגער. אַלע, דאָס הייסט בערך צען טויזנט העפטלינגע, 
זענען גלייך איינגעשלאָסן געװאָרן אין די זעכצן בלאָקן. עס זענען בלויז 
געבליבן אין דרויסן עטלעכע צענדליק מענטשן, וועלכע האָבן אונטער 
אַ גאָר שטאַרקער װאַך אַרומגעצױמט דעם לעצטן בלאָק נומער זעכצן 
מיט אַ גאַנצער רייע שטעכל-דראָטן. אַ טאָװל אויף דעם שמאָלן איינגאַנג 
דורך די שטעכל-דראָטן האָט אָנגעוויזן מיט אומגעלומפּערט-אויפגעשרי- 
בענע ווערטער אויף דער דייטשער בהלה, װאָס האָט זיך אויסגעדריקט 
אין די צוויי ווערטער: ,טיפוס-בלאָק". 


עס האָבן עקזיסטירט צוויי מאָמענטן װאָס האָבן די עס-עס-מערדער 
אַרויסגעפירט פון גלייכגעוויכט און זיי אַריינגעטריבן אין אַ געװאַלדי- 
קער בהלה: דער טיפוס און די לופט-באָמבאַרדירונגען. 


31 


יוסף וויינבערג 


וועגן דעם צוייטן מאָמענט האָבן מיר געהאַט אַ מעגלעכקייט זיך 
צו דערוויסן שפּעטער, ווען מיר האָבן זיך געפונען אין אַן אַנדערן לאַגער. 
אָבער אין יענעם אָקטאָבער-טאָג וועגן וועלכן עס גייט אַ רײד, האָבן 
מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צום ערשטן מאָל צו זען די עס-עס-לייט אין 
זייער טיפוס-פּחד. 


דורך דעם ברייט-אויפגעפּראַלטן טויער פון קאַראַנטין לאַגער האָט 
גענומען ציען אַ לאַנגע קייט פון טויטע און האַלב-טױטע מענשטן די 
האַלב-טויטע האָבן געטראָגן און געשלעפּט די טויטע. אַרום דער דאָזי- 
קער קייט פון טויטע און האַלב-טױטע זענען, האַלטנדיק זיך פון דער 
ווייטנס, געגאַנגען די דייטשע אויפזעער, טראָגנדיק לייכטע מאַשין- 
געווערן. זיי, די עס-עס-לייט, האָבן געטראָגן אויף זייערע פּרצופים גאַז- 
מאַסקעס און זייערע מונדירן זענען געווען באַדעקט מיט וייסע בגדים 
פון גאַזדשוץ. 


פאַרשפּאַרטע אין אונדזערע בלאָקן, האָבן מיר זיך דורך די שפּאַרעס 
צוגעקוקט צו דעם דאָזיקן ,מאַרש פון די טויטע". מיר האָבן שוין גע- 
װוסט, אַז דאָס זענען טיפוס-קראַנקע מענטשן, אָבער מיר האָבן נישט 
געוווסט ער זיי זענען און פון װאַנען זיי קומען. 


עס האָט נישט לאַנג געדויערט און אַלץ האָט זיך פאַר אונדז אויפ- 
געקלערט. אַן עס-עס-אָפּיציר, נישט פון אונדזער לאַגער, האָט, נאָך דעם 
װי די מאַסע ניי-אָנגעקומענע איז איינגעשלאָסן געװאָרן אין דעם קאַ- 
ראַנטין-בלאָק, גענומען אויסשרייען איבער דעם לאַגער אַ באַפעל, אַז 
אויב ס'איז דאָ עמעצער װאָס קען רוסיש זאָל ער זיך מעלדן פריוויליק 
זיך איינצושליסן אין ,טיפוס-בלאָק". 


פאַר מיר איז דאָס דעמאָלט געווען װי אַ ישועה. איך האָב זיך גראָד 
געפונען אין דעם ביטערן צושטאַנד פון אַ ,שטראָף-:העפטלינג" און עס 
האָט מיר געדראָט, נאָך דעם װי איך האָב צעבלוטיקט דעם בלאָק- 


32 


אַ טרער און אַ תפילה 


עלטסטן, דערהרגעט צו וערן און יעדן טאָג האָט מען מיך געהרגעט צו 
ביסלעך. דערביי האָבן די עס-עס-לייט פון דער וייטנס זיך צוגעקוקט, 
וי דאָס װאָלט כלומרשט נישט געווען זייער עסק. 


דער לאַגעריעלטסטער און די מערדערישע בלאָק-עלטסטע האָבן 
נישט געגלויבט זייערע אויגן און אויערן װען מען האָט אויסגערופן: 
.דער פערמעסער אַנטרעטען!" פערמעסער האָט געמיינט געאָמעטער. 
דאָס איז געווען מיין פאַך אין לאַגער. איך האָב זיך באַװויזן אויף דער 
שװועל פון מיין בלאָק און כ'האָב גענומען זיך ראַטשקען אויף די פיס 
און הענט צו דעם אָרט װו די רוצחים האָבן געװאַרט אויף מיר מיט 
די שטעקנס אין די הענט. זיי האָבן פּשוט נישט געגלויבט אַז איך בין 
נאָך לעבעדיק. האָבן זיי מיך גענומען אַרײנװאַרפן אין דעם קאַנאַל 
פונעם אָפּטריט. איך בין יעדן טאָג נאָך די קלעפּ פון די שטעקנס אַרײנ- 
געפאַלן אין אַ צושטאַנד פון באַװוסטלאָזיקײט און ווען מען האָט מיך 
אַרײנגעװאָרפן אין דעם אָפּטריט-קאַנאַל האָבן זיך געפונען פריינט מיינע, 
קאַצעטלער, װאָס האָבן מיך פון דאָרט אַרױסגעצױגן, מיך געריניקט 
און געגעבן מיין פּנים אַ מענטשלעכן אויסזען. 


6 
8 


איך שרייב די דאָזיקע שורות לאַנגע יאָרן נאָך דעם וי דאָס 
האָט פּאַסירט. איך דערמאָן זיך וי אלתר בריקנער, מיין איבער- 
געגעבענער לאַגער-פריינט, זעענדיק מיך אין מיין שוידערלעכן מצב, האָט 
געוויינט וי אַ קליין קינד. אלתר האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער און ער 
װוינט איצט אין ישראל און שעפּט נחת פון אונדזער מדינה און פון זיין 
ליבער משפּחה. אָבער דעמאָלט, מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק, אין 
בירקענוי, האָט ער געויינט צוליב מיינע ליידן. יעדעס מאָל ווען איך 
האָב זיך אויפגעוועקט פון מיין באַװוסטלאָזץ צושטאַנד האָב איך גלייך 
דערשפּירט זיינע הייסע טרערן אויף מיין פּנים, װי דעם סימן פון לעבן. 


33 


יוסף וויינבערג 


אלתרן האָב איך געזען וויינען איבער מיר און איך האָב אים געזען וויינען 
אין יענעם ערב יום-כיפּור פון זעלבן יאָר ווען מען האָט געפירט די 
פרויען אין קרעמאַטאָריע אַריין, צװוישן וועלכע עס האָט זיך אויך גע- 
פונען זיין פרוי. דאָס זענען טרערן װאָס מען פילט אויף זיך דאָס גאַנצע 
לעבן. 


אָפּגעראַטעװעט הונדערטער רוסן 


איך האָב זיך געמאָלדן פרייוויליק צו גיין אין טיפוס-בלאָק. איך 
האָב אויפגעהערט צו זיין דער שטראָף-העפטלינג. פאַרשטייט זיך, אַז די 
רוצחים האָבן נישט געהאַט קיין חשק צו דערנענטערן זיך צו אַ מענטש 
פון אַ טיפוס-בלאָק. זיי האָבן אָבער נישט געװווסט מיין סוד, אַז מיט 
אַ קנאַפּ יאָר צוריק בין איך אַנטלאָפן פון יאַנאַװער לאַגער אין לעמבערג 
אין סאַמע קריזיס פון מיין טיפוס-קראַנקהײט, דאַס הייסט, אַז די דאָזיקע 
קראַנקהייט צֵאָט נישט מער קיין שליטה אויף מיר. 


אין דעם בלאָק זענען איצט געווען אָנגעפּראָפּט ביי אַכט הונדערט 
רוסן. מען האָט זיי געברענגט פון אַ קאָנצענטראַציע-לאַגער אין דער 
געגנט פון וויטעבסק. ווען די סאָוויעטישע אַרמײ האָט אָנגעהויבן פאַר- 
טרייבן די דייטשע אַרמײען פון רוסלאַנד האָבן די עס-עס-יהערשער פון 
דאָרטיקן לאַגער באַשלאָסן מיטצונעמען מיט זיך די געפאַנגענע סאָוויע- 
טישע בירגער. זיי האָבן דערביי געהאַט אַ פּשוטן חשבון: איבערלאָץ 


34 


אַ טרער און אַ תפילה 


די געפאַנגענע װאָלט געהייסן אַז זיי ווערן פאַרבעטסלאָז" און במילא 
דראָט זיי צו װוערן אַרײינגעצויגן אין דער אַרמײ און געשיקט ווערן אויפן 
אָסט-פראָנט. און פאַר דעם האָבן זיי מער מורא געהאַט װי פאַרן טיפוס. 
קעגן דער טיפוס-קראַנקהייט האָבן זיי זיך נאָך געקאָנט שיצן: אַרױפ- 
לייגן אויף זייערע פּנימער מאַסקעס און אויף זייערע מונדירן בגדים 
קעגן גאַז און קעגן אַלע אָנשטעקנדיקע קראַנקהייטן. האָבן די עס-עס-לייט, 
װאָס האָבן געדאַרפט פאַרלאָזן דעם לאַגער אין דער וויטעבסקער געגנט, 
איינגעשלאָסן די קראַנקע צוזאַמען מיט די טויטע אין פאַרמאַכטע װאַ- 
גאָנען און געשלעפּט זיי פון וויטעבסק איבער דעם גאַנצן געביט פון 
פּױלן ביז קיין אוישוויץ. צוליב די װאַגאָנען מיט געפאַנגענע װאָס זי 
האָבן מיטגעפירט מיט זיך זענען די עס-עס:הערשער געבליבן אין 
אוישוויץ און אַזױ אַרום האָבן זיי אויסגעמיטן דעם פראָנט. 


אָבער די אַכט הונדערט רוסן, װאָס זיי האָבן מיטגעשלעפּט מיט זיך, 
בכדי דורך זיי צו ראַטעװען זייער פעל, זענען אַלע געפאַלן אויף מיין 
קאָפּ, ווייל מיט זיי, די אַכט הונדערט קראַנקע און טױטע, האָב איך 
איינער אַלײן זיך געדאַרפט געפונען אין בלאָק. אמת, עס זענען געווען 
עטלעכע, װאָס זענען שוין געווען נאָך דער קראַנקהײט, זיי זענען אָבער 
געווען אָפּגעשװאַכט און דאָך האָבן זיי מיר גלייך די ערשטע נאַכט 
געהאָלפן אַרױסטראָגן די טויטע. צומאָרגנס, ווען די קאַראַנטין-לאַסט- 
אױיטאָס זענען צוגעפאָרן אויף יענער זייט דראָטן בכדי אויפצולאָדן די 
טויטע האָבן מיר אַרױפגעטראָגן אויף זיי עטלעכע אַכציק מתים. 


די אַרבעט איז געווען אומבאַשרײיבלעך. מען האָט פריער פון דרויסן 
געברענגט און געשטעלט אויף יענער זייט דראָטן פעסער מיט װאַסער 
און איך מיט עטלעכע געהילפן זענען מיר געשטאַנען טאָג און נאַכט און 
געוואַשן די לעבעדיקע און די טויטע. שוין דעם דריטן פרימאָרגן האָבן 
מיר אַזױ אויפגעלאָדן אויף די לאַסט-אױטאָס ריינע, געװאַשענע מתים. 

אומפאַרגעסלעך איז די רגע ווען מיר האָבן ס'ערשטע מאָל געשאַפן 
אין פאַרשפּאַרטן קאַראַנטין-בלאָק אַ ,סאָװיעט", דאָס הייסט, אַ מין קאָ- 


35 


יוסף וויינבערג 


מיטעט װאָס האָט זיך געזאָלט באַשעפטיקן מיטן גערעכטן פאַרטיילן 
דאָס עסן, מיטן צורעכט מאַכן די געלעגערס פאַר די קראַנקע און פאַר 
די ,קאָנװאַלעסצענטן" און מיר האָבן באַשלאָסן אַז די טויטע זאָלן 
געװואַשן ווערן איידער זיי װוערן אויפגעלאָדן צו זייער לעצטן ועג. 

איך בין אין דעם טיפוס-בלאָק געווען פאַרשפּאַרט קנאַפּע פיר װאָכן. 
אַ סך פון די רוסן זענען געװאָרן מיינע בעסטע פריינט. אַלע מחיצות 
פון אָפּשטאַם און וועלט-באַנעם זענען דאָ אָפּגעװישט געװאָרן, איבערגע- 
וװוויגן האָט איבער אַלץ דאָס מענטשלעכע הארץ. איך האָב דאָרט אויך 
ליב באַקומען דעם רוסישן מענטש. 


ביינאַכטיקע באַזוכן אין טיפוס-בלאָק 


אין אָט דעם פּיינלעכן עפּיזאָד פון מיין לאַגער-לעבן פאַרגעדענקען 
זיך מיר באַזונדערס צוויי מענטשן: 


דער ערשטער האָט געהייסן מאָטעק ליכטענשטיין, וועלכן איך האָב 
שוין דערמאָנט. דאָס איז געװוען אַ בחור פון בענדין, וועלכער האָט פון 
דער ערשטער רגע פון זיין אריינקומען אין לאַגער ביז דער לעצטער 
רגע פון זיין באַפרײיט װערן געטראָגן אין זיך אַן אָפּטימיזם װאָס איז 
נישט געווען צו באַנעמען מיטן פּשוטן שכל. בעת יעדער דערשיטערנ- 
דיקער געשעעניש איז ער נישט אַרײנגעפאַלן אין פאַרצווייפלונג און נאָך 
געגלויבט און געהאָפט. בעת אַ סעלעקציע, ווען ער האָט געזען מענטשן 


36 


אַ טרער און אַ תפילה 


אַוועקפירן צום טוט, האָט ער אויסגערופן און אַפילו מיט אַ נקמה- 
געלעכטער ווייל מאָטעק ליכטענשטיין האָט אָפט געלאַכט, יאָ, געלאַכט 
אין אונדזערע שווערע לאַגער-באַדינגנוגען): װאַרט! װאַרט! מען װועט 
זיי באַלד באַגראָבן, באַלד װועלן מיר אַליין נאָך דערלעבן צו זען די מפּלה 
פון די דייטשע הינט! מיר װעלן זיי איבערלעבן! דאָס זענען אויך גע- 
ווען זיינע געזעגענונגס-װוערטער צו די װאָס די לאַסט-אױטאָס האָבן זי 
אַוועקגעפירט צו די קרעמאַטאָריעס. 


מאָטעק ליכטענשטיין איז געקומען אין בירקענוי-לאַגער איין טאָג 
פאַר מיר. ער טראָגט דעם נומער 122000 און איך דעם נומער 12323749. 
מיר זענען אַנדערטהאַלבן יאָר געווען צװזאַמען ביז צום לעצטן טאָג פון 
טויטן-מאַרש אין יאַנואַר 1945, נאָך דער עװאַקואַציע פון אוישויץ. 
אונדזער פריינטשאַפט שטאַמט פון דעם טאָג ווען איך בין אײינגעשפּאַרט 
געװאָרן אין דעם טיפוס-בלאָק. 


אײינמאָל, אין אַ נאַכט, ווען דער לאַגער איז שוין געשלאָפן, און ווען 
בלויז אין דרויסן האָבן זיך נאָך געהערט די פרעכע געלעכטערס און 
געשרייען פון די עס-עס-וועכטער אויף די אַרומיקע ואַכטורעמס, איבער- 
געריסן פון צייט צו צייט דורך איזאָלירטע שאָסן, האָב איך דערהערט 
פון דרויסן אַ קול, װאָס האָט גערופן מיין נאָמען 


פאַר דעם שטעכעדיקן דראָט-טױער איז געשטאַנען מאָטעק ליכ- 
טענשטיין. 


איך האָב אים פּרובירט איבערצייגן אין דער געפאַר צו קומען אין 
טיפוס-בלאָק, אָבער עס האָט גאָרנישט געהאָלפן. זיין ענטפער איז וי 
געוויינלעך געווען אַ געלעכטער. ער האָט זיך אויסגעלאַכט פון די דייטשן 
און ער האָט זיך אױיסגעלאַכט פון דעם טיפוס. ,אמען האָט יי אין 
דר'ערד !* איז געווען זיין ענטפער, און שוין איז ער געזעסן אויף מיין 
פּריטשע און גערעדט װעגן אַלע גוטע זאַכן, אויף וועלכע ער האָט 
געהאָפּט צו דערלעבן. איך האָב אים געמוזט איינשטילן בכדי ער זאָל 


31 


יוסף וויינבערג 


נישט איבעררייסן דעם שלאָף פון די אָפּגעשװאַכטע, װאָס זענען שין 
געהאַט איבערגעקומען דעם טיפוס. אין די פינצטערע נעכט האָט מיר 
טאַקע מאָטעק געברענגט אַ ליכט פון האָפענונג. 


דער צווייטער װאָס איז געקומען צו מיר אין טיפוס-בלאָק איז פאַר 
מיר געווען צו יענער צייט אומבאַקאַנט. 


פּאָסטעל, דער לאַגער-שרייבער, וועגן וועלכן איך האָב שוין גע- 
שריבן האָט געברענגט אין אונדזער לאַגער זיינעם אַ חבר: איך האָב 
זיך שפּעטער דערװווסט זיין נאָמען: מרדכי סטעג, אַ ייד װאָס האָט 
גערעדט אַן אונגאַרישן יידיש, דורכגעפלאָכטן מיט דברי תורה. גענוי 
וי דאָס איז געווען מיט מאָטעק ליכטענשטיין, האָב איך געהערט אין 
איינער אַ נאַכט אַ קול, װאָס האָט מיך גערופן פון דרויסן. באַלד איז 
אויף מיין פּריטשע געזעסן אַ װאַרעמער ייד. מאָטעק פלעגט קומען צו 
מיר אין די פריע אָװנט-שעהען, דאַקעגן מרדכי סטעג האָט געהאַט די 
געוווינהייט צו קומען צו מיר שפּעט און צו בלייבן זייער לאַנג. ער האָט 
װוי זיין שטייגער גערעדט מיט תורה-װוערטער און וועגן חסידות. מיר 
האָבן אויסגעדריקט עטלעכע געדאַנקען, אַרױסגעברענגט בשותפותדיקע 
מיינונגען וועגן יידישקייט, וועגן יידישער עטיק און חסידות. די נאַכט- 
שעהען אין טיפוס-בלאָק װאָס איך האָב פאַרבראַכט מיט סטעגן, וועמענס 
פּערזענלעכקייט האָט זיך פאַר מיר װאָס אַמאָל מער אַנטפּלעקט, זענען 
געווען פאַר מיר אַ שטאַרקע גייסטיקע איבערלעבונג. די דאָזיקע שעהען, 
ווען איך בין געלעגן אויף מיין פּריטשע, האָבן מיך צוריק אַװעקגעפירט 
אויף דער באַנק פון בית-מדרש װו כ'האָב געשעפּט פונעם קװאַל פון 
יידישקייט. 


אַ טרער און אַ תפילה 


סעלעקציעס 


די סעלעקציעס פון די לעצטע צויי חדשים פון יאָר 1943 האָבן 
אונטערגעהאַקט אונדזערע פיס. יעדע פּאָר טעג האָט זיך איבער דעם 
לאַגער געטראָגן דער אויסגעשריי: אאַלע יודען אַנטרעטען!" 


באַלד האָט זיך אויף די בלאָקיפעלדער באַװויזן דער עס-עס-דאָק- 
טער פון לאַגער. ער איז פאַרבײיגעגאַנגען די אויסגעשטעלטע נאַקעטע 
מענטשן בכדי אויסצוקלויבן זיינע קרבנות פאַרן קרעמאַטאָריע-אויוון. 


מענטשן װאָס זענען דיר נאָענט און ליב זענען אין איין אויגנבליק 
אַוועקגעריסן געװאָרן פון דיר. אָט האָסטו גערעדט מיט אַ חבר, מיט 
אים צוזאַמען געגעסן, געטיילט דעם אָרעמען ביסן, געשלאָפן אויף איין 
געלעגער, געטיילט דאָס זעלבע ברעט, געקענט זיינע ליידן און פריידן, 
מער ליידן, נאַטירלעך, װוי פריידן, ביסט אַריינגעדרונגען מיט האַרציקײט 
אין זיין אינטימער װעלט, און שוין האָסטו געזען פאַרלאָדן אים אויף 
דעם לאַסט-אױטאָ, מען האָט אים אַועקגעפירט פון דיר און מער װעסטו 
אים שוין נישט אָנזען אין דיינע דלד אמות. 


מיר האָבן זיך געפילט אָנמעכטיק אין אָנבליק פון דער דאָזיקער 
מגפה װאָס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט איבער אונדז און געשניטן אומברח- 


39 


יוסף ויינבערג 


מנותדיק אונדזערע רייען. מיר האָבן זיך צוגעקוקט װי מען נעמט אַװעק 
פון אונדז אונדזערע נאָענטע און מיר האָבן זיי מיט גאָרנישט נישט 
געקאָנט העלפן. מיר האָבן נישט געקאָנט אַפילו פּועלן ביי אונדז צו 
שענקען זיי אַ לעצטן שמייכל. ניין! מיר האָבן זיי נישט געקאָנט קוקן 
אין די אויגן אַרין, ווייל עס האָט זיך אונדז געדאַכט, אַז מיר ועלן 
זיי נאָך דערמיט וויי טאָן און פאַרשעמען. אונדז אַליין האָט דאָך דערװאַרט 
צו גיין אויף דעם זעלבן לעצטן ועג. 


דאָס האָט פּאַסירט אין לעצטן טאָג פון חודש יאַנואַר 1944. איבערן 
גאַנצן לאַגער האָט אָפּגעהילכט דער באַפעל: ;אַלע יודען אַנטרעטען!". 
באַלד האָט מען אונדז אַלע, עטלעכע הונדערט מענער, אַרײינגעטריבן אין 
דעם טרויעריק-באַרימטן דריטן בלאָק. פון דאָרט האָט דער װעג גלייך 
געפירט אין גאַזדקאַמער. 


דער דריטער בלאָק 


אין אַ טריבן נאָװעמבער-טאָג האָט מען צװישן די זעכצן בלאָקן 
אויסגעקליבן דעם בלאָק נומער 3 אויף צו זיין דאָס פאָדערהויז פון דער 
גאַזדקאַמער. צו דעם צװעק האָט מען אים אױיסגעלײידיקט פון די 
געפאַנגענע װאָס האָבן זיך אין אים געפונען. 

צומאָרגנס אינדערפרי, נאָכן אַפּעל, האָט זיך פונאַנדערגעטראָגן 
איבערן לאַגער דער אויסגעשריי: אאַלע יודען אַנטרעטען!*. מיר האָבן 


40 


אַ טרער און אַ תפילה 


שוין דעם אויסגעשריי געקאָנט פון דער פריערדיקער סעלעקציע. מיר 
האָבן אין דאָזיקן פרימאָרגן געפילט אַז עס הייבט זיך פאַר אונדז אָן 
אַ גאָר שווערער מאָמענט. 


עס האָט זיך כמעט ביי אַלע געפאַנגענע אַנטװיקלט אַ באַזונדערער 
חוש פאַרן פאָרפילן דעם טויט. מען האָט אים געזען קומען דורך דעם 
געשאָרך פון מאָגערן גראָז אויפן פעלד; דורך דעם הילכיקן געלעכטער 
פון די עס-עס-וועכטער אויף די װאַכטורעמס: דורך די קלאַנגען װאָס 
האָבן זיך געטראָגן פון דעם קיך-באַראַק, פון װאַנען ס'איז געקומען דער 
רוף אָפּצונעמען פאַר די בלאָקן דאָס ביסל שיטערע זפּ; דורך דעם 
קול פוּן דעם לאַגער-עלטסטן און אויך אין דעם געשריי פון די שװאַרצע 
פייגל װאָס האָבן זיך פאַרבײיגעטראָגן איבער אונדזערע קעפּ אונטערן 
לאַגער-הימל. 


דער חוש װאָס האָט פאָרגעפילט דעם טױיט, האָט זיך אויך אויס- 
געדריקט אין דעם װאָס מען האָט דעם טיט געזען ביים צוייטן, ביים 
שכן, ביי דעם, װאָס איז געשטאַנען קעגנאיבער דיר, אויף דער אַנדערער 
זייט; מען האָט אים אַראָפּגעלײענט פון יענעמס פּנים, פון די שװאַרצ- 
אַפּלען אַרױס. מען האָט אים אַנטפּלעקט אין די קנייטשן פונעם שטערן 
פון די װאָס זענען געשטאַנען לעבן דיר, אָדער מען האָט אים באַמערקט 
אין די, װאָס זענען נאָרװאָס געקומען אין לאַגער אַריין און מיט וועלכע 
מען האָט ערשט אויסגעטוישט די ערשטע פּאָר ווערטער. 


אַנדערע האָבן געטראָגן דעם טויט אין זיך, זיי האָבן זיך אָפּגעגעבן 
אַ חשבון וועגן זייער שותפות מיט אים. אָבער סיי די און סיי יענע האָבן 
זיך נישט טועה געווען אין זייער פאָראַנונג און אין זייער שפּירן. נישט 
מער, די, װאָס האָבן דעם טויט נישט געזען אויף זייער אייגענעם פּנים, 
האָבן אים געזען ביי יענעם, ביי דעם, װאָס איז געשטאַנען נאָענט פון 
זיי. אַזױ אַרום איז איינער געווען דעם צוייטנס שפּיגל, דער שפּיגל 
פון טויט. זיי האָבן זיך נישט טועה געווען, ווייל זיי האָבן געפילט אַז עס 


41 


יוסף וויינבערג 


איז נישטאָ קיין רעטונג, אַז דאָס איז פאַר זיי אַ לעצטער ענדגילטיקער 
אורטייל, 


אין די נאָוועמבער-טעג פון יאָר 1943 האָט דער דריטער בלאָק אין 
אונדזער קאַראַנטין-לאַגער געדינט פאַרן פאָדערהויז פון דער גאַזיקאַמער. 
זייענדיק אײינגעשלאָסן אין דעם בלאָק אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט 
זענען די געפאַנגענע נאָך געגאַנגען אויף זייערע אייגענע פיס, שפּעטער 
שוין האָבן די לאַסט-אױטאָס זיי געפירט עטלעכע צענדליק אָדער הונ- 
דערט מעטער צום פייער. זיי זענען געגאַנגען אָן געויין, אָן אַ געשרײ. 
זיי האָבן אַפילו פון צייט צו צייט צו דיר געשיקט אַ בליק, אָדער אַרױס- 
גערעדט אַ װאָרט, װאָס האָט אפשר געדאַרפט זיין אַ לעצטער גרוס צו 
זייערע נאָענטע, ווייל זיי האָבן זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון אַז אין דריטן 
בלאָק האָבן זיי שוין נישט קיין רשות איבער זייער לעבן. 


ווען מיר האָבן אין קילן פרימאָרגן דערהערט דעם גערויש פון 
די מאָטאָרן פון די שווערע לאַסט-אױטאָס, װאָס האָבן זיך דערנענטערט 
צו אונדזער בלאָק נומער 2, איז שוין ביי קיינעם נישט געווען קיין שום 
ספק. זיי קומען אונדז אַװעקפירן אין דער קרעמאַטאָריע. דאָס איז שוין 
געווען אַ זיכערע זאַך, װאָס קיינער האָט נישט דערװאַרט אַז דאָס קאָן 
געענדערט וװערן. 


לאַנגע װאָכן האָבן מיר, דאָס הייסט די, װאָס זענען נאָך נישט 
געווען באַשטימט פאַר דער קרעמאַטאָריע, געװאַרט פון דער ווייטנס אויף 
אונדזער באַשטימטן גורל, געװאַרט אין די בלאַקן אויף די פּריטשעס 
פון אונדזערע געלעגערס. מיר האָבן זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון װאָס עס 
דערװאַרט אונדזערע גורל-ברידער, וועלכע געפינען זיך אין דריטן בלאָק. 
און יעדן פרימאָרגן האָט זיך איבערגעחזרט דאָס זעלבע: די לאַסט-אױ- 
טאָס האָבן גערוישט אויפן שטיינערנעם ועג, זי זענען פאַרפאָרן צום 
בלאָק נומער 2 און אויפגעלאָדן די פארמשפּטע. 

אין דעם פרימאָרגן, װען עס האָבן גערוישט די מאָטאָרן, זענען צו 


אַ טרער און אַ תפילה 


מיין פּריטשע צוגעקומען עטלעכע חברים מיינע: אלתר, זאב און מאָטעק. 
זיי, פּונקט וי איך, האָבן נישט געגלויבט אַז מיר גופא קאָנען אויך אַרײנ- 
געפירט װוערן אין דריטן בלאָק. דאָס מאָל זענען זיי געקומען צו דעם, 
װאָס זיי האָבן אים געהאַלטן פאַר אַ גרעסערן אָפּטימיסט פון זײי. 


אין זייערע שטימען האָט נישט געקלונגען קיין שום פאַרצווייפלונג 
און אומעט, ווען זיי האָבן מיך אַ פרעג געטאָן: ,נו, און איצט הערסטו 
שוין דעם גערויש פון טויט!* און איך, דער ראש פון די אָפּטימיסטן, 
האָב זיי אָפּגעענטפערט: ,כל זמן שהנשמה בקירבי" גלויב איך אין לעבן. 

דאָס זענען געווען מיינע לעצטע װערטער צו זיי. דאָס טויער פון 
בלאָק האָט זיך אױפגעפּראַלט. אין דרויסן זענען געשטאַנען די לאַסט- 
אױטאָס. 


און דאָך לעבן מיר... 


5: 
* 


ווען איך שרייב די דאָזיקע װוערטער זענען פון יענער רגע אַריבער 
גענוי דריי און דרייסיק און אַַ האַלב יאָר. מיין לינקע האַנט מיטן 
אויסגעברענטן אוישוויץינומער האַלט דאָס פּאַפּיר. די רעכטע האַנט 
שרייבט, עס קומען אַרױס אותיות װאָס שטעלן זיך אויס אין ווערטער און זיי 
דערציילן, דערציילן... 


מיט עטלעכע חדשים צוריק בין איך געװוען נאָך קבלת שבת בי 
אלתרן אין זיין פיינער ווינונג אין תל-אביב און איך האָב גערעדט 
טעלעפאָניש מיט מאָטעקן, וועלכער האָט זיך געגרייט צו פאָרן קיין לאָנדאָן 
צו דער חתונה פון זיין זון און איך האָב אים געווונטשן מזל-טוב און איך 
האָב אים באַגריסט צו זיין גליק װאָס ער האָט דערלעבט. אָ, וי אַנדערש 
דאָס האָט געקאָנט זיין!... 


43 


יוסף וויינבערג 


זאב, װי מען האָט מיר געזאָגט, איז אַ קאָלאָנעל אָדער גענעראַל 
אין דער ישראל-אַרמײ. איך קאָן נישט גענוי ערוב זיין צי זיין ראַנג 
איז אַ ריכטיקער. איך קען מיך, אגב, אויך נישט אויס אַזױ אין אָט די 
זאַכן. איינס ווייס איך, אַז ער לעבט און קעמפט אין דער ישראל-אַרמײ 
און דאָס איז די גרעסטע נקמה אין די פּייניקער אונדזערע פון בירקענוי. 


איך פיל זיך אַ ביסל נישט באַקוועם. אָט זעצט זיך אַװעק אַ ייד 
און שרייבט און אין איין איינציקן קאַפּיטל חזרט ער אַזיפיל מאָל 
איבער דאָס װאָרט , טויט". װי קאָן מען דאָס דערציילן דעם יונגן דור? 
דער יוגנט פון היינט און פון מאָרגן! זאָל איך אפשר צערייסן מיינע 
בלעטלעך ? װעקט זיך אויף אין מיר מיין אַלטע עקשנות. אַ קול, װאָס 
קומט אַרױס פון דעם בירקענוי-אַש, זאָגט מיר אונטער אַז איך שרייב 
גאָרנישט וועגן טויט, נאָר וועגן לעבן -- לעבן און אמונה, יאָ, גלויבן, 
גלויבן אין דעם כוח פון מענטשלעכן וילן, אין געפיל פון מענטש 
בצלם אלוהים. 


אונדז איז באַשערט געווען דאָס לעבן. גראָד אין זעלבן פרימאָרגן 
ווען מען האָט אונדז געזאָלט אַװעקפירן צום פאַרברענען, איז אין ביר- 
קענוי גטקומען אַ העכערער עס-עסאָפיציר, וועלכער האָט געדאַרפט 
מענטשן פאַר אַ גרובן-לאַגער. אַזױ האָט מען אונדז פאַרלאָדן אין לאַסט- 
אויטאָס צו פירן אונדז צום נייעם לאַָגער אַנשטאָט צו דער גאַזיקאַמער. 


אַטרער און אַ תפילה 


משנה מקום משנה מזל 


דער נייער לאַגער האָט געהייסן גונטער-גרובע. דאָרט איז פאַר- 
שריבן געװאָרן אַ ניי בלאַט אין דער געשיכטע פון די זאַגלעמביער יידן 
װאָס האָבן זיך געפונען אין די דייטשע פאַרניכטונגס-לאַגערן. דאָרט 
האָבן מיר, עטלעכע יחידים, פאַרשטאַנען, אַז עס איז נישט גענוג צו זיין 
אַן עקשן פאַר זיך אַלײן, פאַר דעם אייגענעם ;איך", נאָר אַז עס איז 
נויטיק איבערצופלאַנצן אָפּטימיזם-משוגעת אויך אויף אַנדערע, אויף 
דעם כלל. 


איידער איך טרעט צו צו שרייבן דאָס דאָזיקע קאַפּיטל האַלט איך 
פאַר נויטיק צו זאָגן אַז אין קאַראַנטין-לאַגער האָט זיך אונדזער רעטונגס- 
טעטיקייט באַצויגן צו אַלע העפטלינגע און נישט בלויז צו יידן. דאָס 
איז שוין געקומען צום אויסדרוק אין באַצוג צו די הונדערטער טיפוס- 
קראַנקע רוסן װאָס מען האָט געברענגט אַזש פון דער וויטעבסקער געגנט 
און װאָס מיר האָבן זיך איינגעשטעלט פאַר זיי מיט דער זעלבער מסירת- 
נפש, האַרציקייט און איבערגעגעבנקייט וי פאַר די יידישע געפאַנגענע. 
און ווען אין די לעצטע טעג פון נאָוועמבער איז געקומען אַ גרויסער 
טראַנספּאָרט פּאָליאַקן, האַלב-טױטע , מוזולמענער", פון פלאָסענבורג, אין 
ס'איז געווען אַ באַפעל פון די עס-עס- לייט אַז מען זאָל זיי אין אָװנט 
אױיסבאָדן אין דעם הייסן דוש און דערנאָך זיי אויף אַ גאַנצער נאַכט 
אַרױסטרײבן נאַקעטערהייט אויף דעם פאַרשנייטן פעלד, װאָס דאָס האָט 
געקאָנט זיין פאַר זיי אַ זיכערער טויט, זענען מיר אַרױסגעלאָפן צו זי 
מיט װאַרעמע דעקן און קאָצן און זיי באַלד נאָך דעם אַרײנגעטראָגן אין 


45 


יוסף וויינבערג 


די בלאָקן און זיי אַרויפגעלײיגט אויף אונדזערע אייגענע געלעגערס. 
גרויס איז געווען די פאַרווונדערונג און די רוגזה פון די דייטשע רוצחים 
ווען אין דער פרי האָבן זי אַנשטאָט בר-מיננס געפונען די פּאָליאַקן לע- 
בעדיקע. 


גונטער-גרובע איז געווען אַ קליינער לאַגער, װאָס איז באַשטאַנען אין 
גאַנצן פון אַ טויזנט מענטשן, אָבער מיר האָבן זיך דאָ אָפּגעגעבן אַ חשבון 
וועגן דער נויטווענדיקייט פון אונדזער קאַמף פאַרן לעבן. מיר האָבן 
צווישן זיך גערעדט ועגן דעם איינער מיטן אַנדערן. דאָס איז געווען 
אין די נעכט ווען די ענגלישע אָדער אַמעריקאַנער אַװיאָנען פלעגן קומען 
באָמבאַרדירן דעם שלעזישן אינדוסטריע-געביט. 


די עס-עס-לייט, װאָס האָבן באַװאַכט דעם לאַגער, פלעגן אין אָט 
די שעהען אַרײנפאַלן אין אַן אומבאַשרײבלעכער בהלה. דער לאַגער איז 
געװאָרן אינגאַנצן פינצטער. קיין שום ליכט האָט זיך נישט געזען, נישט 
פון אינעווייניק און נישט פון דרויסן. אויפגעװװועקט פון זיער שלאָף, 
האָבן זיי נישט געהאַט קיין צייט זיך אָנצוטאָן. מיר האָבן זיי געזען ביי 
דער לבנה-שיין אַרומלויפן אויף יענער זייט שטעכלדראָטן אין די אונ- 
טערהויזן און מיט לייכטע מאַשין-געווערן אין די הענט. זיי האָבן אויף 
אונדז געמאַכט דעם איינדרוק פון ווילדע איבערגעשראָקענע הינט. אָבער 
איבער אונדז האָבן זיי דעמאָלט פאַרלוירן זייער רשות וייל קענענדיק 
זיי, האָבן מיר געװוסט אַז זיי װועלן נישט אַרײנקומען אין פינצטערן 
לאַגער פאַר מורא אַז מען זאָל זיי דאָרט נישט אויסשעכטן 


האָכן מיר זיך דעמאָלט געפילט וי פרייע מענטשן און מיר האָבן 
אָפּגעהאַלטן צווישן זיך פאַרזאַמלונגען. עס האָט געטראָפן, אַז דער 
אַלאַרם האָט געדויערט עטלעכע שעה, איז דאָס געװען פאַר אונדז 
אַ טאָפּלטע פרייד, ערשטנס דערפאַר ווייל מען באָמבאַרדירט אונדזערע 
פּייניקער און צווייטנס,. בעת דער דאָזיקע מהומה האָבן זיי צו טאָן 
מיט זיך און פאַרגעסן אין אונדז. 


46 


אַ טרער און אַ תפילה 


אין בלאָק, ווו אלתר בריקנער איז געווען בלאָק-עלטסטער, אין דעם 
גרויסן שלאָף-באַראַק, װו די געפאַנגענע זענען געשלאָפן אויסגעלייגט 
אויף זייערע טאָפּל-בעטלעך האָט מען פריי געמאַכט אַ ווינקל. זאב לאָנד- 
נער איז געשלאָפן אין אַן אַנדערער טייל פון בלאָק און ער האָט גע- 
ברענגט מיט זיך פאַרטרוילעכע קאַצעטלער. אַזױ האָט זיך די גרויסע 
שלאָף-שטוב אָנגעפילט מיט מענטשן. די אויפגעװװועקטע פון שלאָף און 
די צוגעקומענע האָבן געבילדעט אַ גרויסן עולם, צו וועלכן עס זענען 
געהאַלטן געװאָרן רעדעס. 


מען האָט גערעדט וועגן דער צוקונפט פון יידישן פאָלק, אַ צוקונפט 
װאָס מען האָט שטענדיק פאַרבונדן מיט ארץיישראל. דער עיקר האָבן 
אַלע רעדעס געהאַט איין אינהאַלט: אַ ווילן צו לעבן. אַלעמענס אויפגאַבע 
איז געווען: שאַפן אויף אַ קאָלעקטיון אופן כוחות און מיטלען אויסצו- 
דויערן און איבערלעבן. אַחוץ דעם דאָזיקן קאָלעקטיון ווילן האָט אויך 
עקזיסטירט ביי יעדן איינעם באַזונדער אַ יחידישע שטרעבונג און 
עקשנות צום לעבן. די דאָזיקע עקשנות איז אויך באַװירקט געװאָרן פון 
דרויסן, פון דער פאַרגאַנגענהײט: מען האָט ערגעץיווו איבערגעלאָזט 
אַ פרוי, אַ קינד, טאַטע-מאַמע, מען האָט נישט צוגעלאָזט דעם געדאַנק, 
אַז זיי זענען שוין אפשר מער נישטאָ און קיינער װאַרט נישט אויף דיר, 
מען האָט זיך דאָך געפילט צוגעבונדן צו זיי און מען האָט געהאַט איין 
באַגער: נאָך צו זען זי. 


אַזױ האָט מען גענומען לעבן צװאַמען, דערציילן זיך די קליינע 
אָדער גרויסע טאָגיטעגלעכע איבערלעבענישן. עס האָט געטראָפן אַז אין 
בלאָק אָדער ביי דער אַרבעט האָט דיינער אַ נאָענטער שכן מיטאַמאָל גע- 
נומען רעדן צו דיר. אָבער ווען דו האָסט זיך צוגעהערט צו זיינע ווערטער 
האָסטו זיך איבערצייגט אַז ער רעדט גאָרנישט צו דיר און אויך נישט 
צו זיך אַלײין: ער האָט גערעדט צו עמעצן װאָס איז געווען זייער וייט 
פון אים, צו אַ מענטש װאָס איז געווען זיין לעבנס-אָנהאַלט. מעגלעך אַז 
יענער מענטש האָט שוין נישט מער עקזיסטירט, אָבער דאָ, אין בלאָק, 


47 


יוסף וויינבערג 


אויף דער פּריטשע, האָט ער נאָך געלעבט און איז געווען פאַר אַ צווייטן 
מענטש אַ לעבנס-קװאַל, 


געראַנגל פאַרן לעבן -- אינסטינקט פאַר עסן 


שָ 

די גרויסע מאַסע יידן, װאָס זענען געברענגט געװאָרן פון די שטעט 
און שטעטלעך, פון די געטאָס פון גאַנץ אײראָפּע אַהער קיין אוישויץ, 
זענען באַלד ביים אַראָפּגײין פון צוג אַדורכגעגאַנגען אַ סעלעקציע און די 
סאַמע גרעסטע טייל פון די געברענגטע איז גלייך באַשטימט געװאָרן 
פאַר דער גאַזיקאַמער און קרעמאַטאָריע. ס'איז נישט דאָ מיין אויפגאַבע 
צו שרייבן וועגן דעם און דאָס ליגט אויך נישט אויף דער פּלאָך פון 
מיינע זכרונות-פאַרצייכענונגען. דאָך וויל איך בקיצור קלאָר מאַכן אָט 
װאָס : אומצוקומען אין דער גאַזיקאַמער זענען באַשטימט געװאָרן דורך 
די דייטשן בלויז יידן און ציגיינער. די קרעמאַטאָריעס האָבן געהאַט דעם 
ציל צו פאַרברענען אַלע טויטע קערפּערס, אויך די מענטשן װאָס זענען 
אַזױ צו זאָגן געשטאָרבן אויף אַ ;נאַטירלעכן" אופן. 


נאָך דער ערשטער גרויסער סעלעקציע ביי דער באַן זענען אין 
לאַגער אַריינגעפירט געװאָרן אַ גאָר קליינע צאָל פון די, װאָס מען האָט 
געברענגט אין די װאַגאָנען, צום פאַרניכטן. די יידן װאָס זענען באַשטימט 
געװאָרן צו בלייבן אין לאַגער האָבן געזאָלט אַרבעטן אַ געוויסע צייט 
פאַר דער דייטשער קריגס-אינדוסטריע ביז זיי וועלן זיך דערװאַרטן 
אויף אַ שפּעטערדיקער סעלעקציע אין לאַגער. 

צו דעם צוועק האָבן די דייטשע װיסנשאַפטלער אויסשטודירט מיט 
אַ ראַפינירטער פּינקטלעכקײט וויפל אַ מענטש דאַרף טעגלעך באַקומען 


48 


אַ טרער און אַ תפילה 


קאַלאָריעס אַז ער זאָל קאָנען אַרױסגעבן פון זיך אַ געוויסן סכום אַרבעט 
און גלייכצייטיק זאָל דאָס אים אַרינפירן אין אַזאַ פיזישן מצב, װאָס 
זאָל אים דערנענטערן צו דער גאַזיקאַמער. 


די קװאַליטעט און די קװאַנטיטעט פון דעם עסן האָבן, אַחוץ דער 
שווערער אַרבעט, געדאַרפט דינען דעם דאָזיקן טאָפּלטן ציל. אָבער 
אַפילו דעם דאָזיקן קליינעם סכום עסן האָבן די העפטלינגע נישט באַ- 
קומען. אַ געוויסע טייל פונעם עסן איז אאַװעקגעקומען" באַלד אויפן וועג 
צו דער פאַרטיילונג. עס האָבן זיך ,מרחם" געווען איבער דעם די שאָ- 
פערן פון די לאַסט-אױטאָס, װאָס האָבן דאָס עסן געברענגט אין לאַגער 
אַרין, און זייערע עס-עס-באַװאַכער, די דייטשע לאַגער-הערשער, װאָס 
האָבן דאָס עסן פאַרקויפט דער באַפעלקערונג פון דער אַרומיקער געגנט, 
אָדער עס אויסגעטוישט אויף שיינע קליידער פאַר זייערע געליבטע, פאַר 
זייערע פרויען און קינדער אין דיײיטשלאַנד. אַזױ אַרום זענען די שפּיז- 
ראַציעס געווען אַ סך, גאָר אַ סך קלענער וי די דייטשע ספּעציאַליסטן 
האָבן לכתחילה אויסקאַלקולירט. 


דעריבער האָט אַן אָרגאַניזירטע גרופּע גענומען אויף זיך די אויפ- 
גאַבע נישט צו דערלאָזן אַז אין לאַגער גופא זאָל דאָס עסן צוגערויבט 
ווערן אָדער פאַרמינערט וערן. אָבער אויך ביי דעם יחיד, װאָס דער 
לעבנס-אינסטינקט איז געווען ביי אים גאָר שטאַרק, האָט זיך געשאַפן 
אַ פאַרשאַרפטער חוש פאַר עסן. ער האָט געוען דאָס עסן אין זיין 
פאָרשטעלונגס-קראַפט און אויך אין קאָנקרעטע פאַלן. דער עקשן פון 
לעבן האָט זיך אָנגעכאַפּט אין אַלץ װי אין אַ רעטונגס-ברעט: האָט ער 
אויף דעם אַרבעטס-פעלד געזען פון דער וויטנס אַ בהמה עסן גראָז 
האָט ער זיך געזאָגט: אויב זי קאָן לעבן פון גראָז, פאַרװאָס זאָל איך 
אויך נישט קאָנען! האָט ער דעריבער ביי דער אַרבעט געטראַכט וי 
אַזױ צו געפינען זיך נאָענט פון גראָז, פון בלעטער. דאָס גרינע בלעטל 
איז געװאָרן אין זיין צעפיבערטער פאַנטאַזיע זיין לעבנס-אָנהאַלט, זיין 
רעטונג, 


יוסף וויינבערג 


אינדערפרי האָט מען באַקומען אַ גאָר קליין שטיקל ברויט מיט 
ערזאַץ-קאַפּע. ביים אַרױסגײן צו דער אַרבעט איז דאָס שטיקל ברויט 
שוין געווען אויפגעגעסן. ביי דער אַרבעט האָט מען באַקומען בלױז 
אַ ביסל מאָגערע זופּ. מיט אָט דעם ביסל זופּ האָט דער קאַצעטלער נישט 
געקאָנט לעבן בּיז צום שטיקל ברויט װאָס ער האָט באַקומען אין אָװנט. 
זענען געווען צװישן אונדז לעבנס-עקשנים װאָס האָבן געהאַט דעם 
איינפאַל אַריינצומישן אין דער זופּ בלעטער און גראָזן װאָס זיי האָבן 
אָנגעזאַמלט אין זייערע קעשענעס. עס זענען געווען אַפילו אַזעלכע אויס- 
טויגערס װאָס האָבן אָנגעצונדן אַ קליין פייערל בכדי אויפצוקאָכן נאָך 
אַ מאָל דאָס דאָזיקע נייע גרינע געקעכץ. מיר אַלײן איז אויסגעקומען 
עטלעכע טעג צו עסן אַזעלכע זופּן. 


א 56 
* 


עס איז געווען ביי אונדז אין לאַגער פון גונטער-:גרובע אַ טער- 
קישער ייד פון פראַנקרייך. מיר האָבן זיך נישט פאַרשטאַנען, ווייל איך 
האָב דעמאָלט נישט געקענט קיין איינציק װאָרט פראַנצויזיש און ער 
האָט נישט פאַרשטאַנען קיין איין װאָרט װאָס איך האָב גערעדט. ער 
פלעגט יעדן טאָג אַרױסגײן צו דער אַרבעט מיט דער ערשטער קאָמאַנדאָ 
װאַס האַט געאַרבעט אויף אַן אַרומגעצױמטער בוי-שטעלע. ווען איך בין 
אַרױס מיט דער צווייטער קאָמאַנדאָ, װאָס האָט אָנגעהויבן בויען אַ נייעם 
לאַגער אין אַ פּוסט פעלד אין מיטן פון אַ װאַלד, איז ער צו מיר צוגע- 
קומען און ער האָט אויף מיר געקוקט. װוי שוין געזאָגט, בין איך געווען 
דער געאָמעטער פון לאַגער און דער טעכנישער פאַראַנטװאָרטלעכער פאַר 
דער בוי-קאָמאַנדאָ. ער האָט געהאַט גרויסע גרינע אויגן, װאָס האָבן 
אויף דיר געקוקט און זיי האָבן גערעדט דאָס לשון װאָס איז נישט 
אַרױסגעקומען פון זיין מויל. זיי האָבן מיר געזאָגט, זיינע אויגן, אַז ער 
וויל עפּעס פון מיר און איך האָב פאַרשטאַנען אַז ער וויל אויסטוישן זיין 
קאָמאַנדאָ נומער 1 אויף מיין קאָמאַנדאָ נומער 2. 


אַ טרער און אַ תפילה 


ער האָט געהייסן רפאל (איך ווייס נישט צי דאָס איז געווען זיין פאַ- 
מיליע-נאָמען אָדער זיין פאָרנאָמען), ער האָט געהאַט אויף זיין פּנים 
אַ שמייכל פון איידלקייט און פון צער און ווען ער האָט אויף דיר גע- 
קוקט מיט זיינע גרויסע אויגן האָסטו געהאַט דאָס געפיל אַז עס קוקט 
אויף דיר אַ היײיליקער פון אַ קריסטלעך בילד, װאָס די קריסטן האָבן זיך 
אויסגעמאָלט לויט זייערע פאָרשטעלונגען. איך בין אַקעגנגעקומען זיין 
בקשה. איך האָב אים פאַרשריבן אויף מיין קאָמאַנדאָ. 


רפאל האָט געהאַט אַ סוד און אַ מיין אין זיין װעלן אַרױסגײן אַר- 
בעטן אין דער צווייטער קאָמאַנדאָ. ער האָט געהאַט דערפאַר אַ גענויע 
סיבה. ערשט אין עטלעכע װאָכן אַרום האָב איך זיך ועגן דעם 


דערוווסט. 


ער איז געווען אַ גרויסער רויכערער. אָבער עֶר איז געווען איינזאַם. 
קיינער האָט אים נישט פאַרשטאַנען און ער האָט קיינעם נישט פאַר- 
שטאַנען. ער פלעגט פאַרקויפן זיין שטיקל ברויט בכדי זיך צו קויפן 
פאַר דעם טאַבאַק אָדער ציגאַרעטן און דאָך, נישט עסנדיק זיין ברויט, 
איז ער נישט געווען קיין מוזולמאַן *, ער האָט אַפּילו גוט געאַרבעט. מ'האָט 
אים שטענדיק געזען מיט זיין איידעלן שמייכל און מיט זיינע דאַנקבאַרע 
גרויסע אויגן. 


דעם ערשטן טאָג װאָס ער איז איבערגעגאַנגען אין מיין קאָמאַנדאָ 
האָט ער מיר אָנגעוויזן דאָס אָרט ווו ער ויל אַרבעטן. אין דעם ווינקל 
איז געווען אַ זומפּ װוו עס האָט זיך אױיסגעגאָסן אַ װאַסער-קװאַל און אין 
אונדזער פּלאַן איז געווען דעם דאָזיקן זומפּ שפּעטער אויסצוטריקענען. 
דערווייל האָט זיך צװישן דער מאַסע פון דעם גרינעם געמויזעכץ דאָס 
װאַסער אָנגעזאַמלט. 


* אַ באַצײיכענונג, װאָס די דייטשן האָבן צוגעטראַכט פאַר אַ מענטעם 
װאָס איז שױן געווען הױט-און-ביין און אומפעאיק צו וועלכער ס'זאָל 
נישט זיין אַרבעט. 


51 


יוסף וויינבערג 


רפאל האָט פאַרקויפט זיין ברויט נישט בלויז בכדי צו קויפן דער- 
פאַר טאַבאַק צום רויכערן, נאָר אויך זאַלץ. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן 
אַז ער האָט זיך ספּעציאַליזירט אין פאַנגען אין דעם װאַסער-געמױזעכץ 
זשאַבעס וועלכע ער האָט געגעסן רויערהייט באַשיט מיט אַ ביסל זאַלץ. 


ער איז געווען אַ לעבנס-עקשן װאָס איז זיך געגאַנגען זיין אייגענעם 
איזאָלירטן וועג. 


א +5 
* 


דער קליינער אַלבערט דאַװידאָװויטש האָט פאָרגעשטעלט מיט זיך 
אַ גאָר אַנדערן טיפּ פון אַ לעבנס-עקשן. דער ,קליינער" איז גאָרנישט 
געווען אַזױ קליין, ווייל בסך-הכל איז ער געווען מער װי מיט אַ קאָפּ 
העכער פון מיר. אָבער ער איז געווען אַלט אַכצן יאָר און איז ביי אונדז 
געווען פאַררעכנט צו די אקליינע". 


ווען מיר זענען געקומען אין לאַגער פון דער גונטער-גרובע האָבן 
מיר אים שוין דאָרטן געטראָפן צוזאַמען מיט אַ טראַנספּאָרט יידן פון 
האָלאַנד און אויך עטלעכע יידן פון בעלגיע. פאַר זיינע מענטשן האָט 
ער געהאַט אַ געוויסע מעלה: ער איז געברענגט געװאָרן אין לאַגער פון 
פּאַריז, אָבער ער האָט אַחוץ פּראַנצויזיש אויך גערעדט יידיש. דאָס 
װאָס האָט אים אויסגעטילט פון די אַנדערע איז געוען זיין הויכער 
דאַרער גוף פון אַ מוזולמאַן, אָבער גלייכצייטיק איז ער געוען אַ גרוי- 
סער עקשן פון לעבן. אים, אַלבערט דאַװידאָװיטשן, איז גאָרנישט גע- 
קומען אויפן געדאַנק אַז ער קאָן שטאַרבן. אַזױ האָט אַמאָל באַלד אין 
אָנהײיב געטראָפן אַז כעמיע, דער געזונטער, שטאַרקער וי אַן אָקס, בלאָק- 
עלטסטער, האָט אים דערלאַנגט ביטערע קלעפּ. האָט זיך דאָס דאַרע 
,דרענגל? אַלבערט דערביי געגעבן אַ כאַפּ אויף און גענומען שרייען 
צום געזונטן בער כעמיע: ;װאַרט אַ ביסל, װאַרט, ווען דו װעסט קומען 
קיין פּאַריז װעל איך דיך דערהרגענען!". און כעמיע, דער געוועזענער 


52 


אַ טרער און אַ תפילה 


פערד-אָנטרייבער האָט זיך דערשראָקן און ער האָט אים אויפגעהערט 
שלאָגן. 


אָט דער אַלבערט איז אַמאָל פאַרשריבן געװאָרן אויף דער סעלעקציע 
צו דער גאַזיקאַמער. דער עס-עס:דאָקטער פון לאַגער האָט אים, דעם 
אײיביקן מוזולמאַן, סוף-כל-סוף באַשטימט צום טויט. צומאָרגנס, ווען דער 
לאַסט-אױטאָ איז געקומען, בכדי אַװעקצופירן די פאַרמשפּטע, האָט 
זיך אַרױסגעויזן, אַז אַלבערטס נומער איז ערגעץ-ווו פאַרלוירן געגאַנגען 
און מען האָט אים נישט אויסגערופן. האָט אַלבערט דאַװידאָװיטש, 
װאָס האָט געהאַט אַ גרויס מויל און ליב געהאַט צו קריגן זיך און צו 
שרייען, אָנגעהױיבן צו בייזערן זיך פאַרװאָס מען האָט פאַרלוירן זיין נומער. 
האָט אים דער דאָקטער קאָװאַץ צוגעמאַכט דאָס מויל און אַנשטאָט אין 
קרעמאַטאָריע האָט ער אים איף אַ געוויסער צייט אַרײנגעלײגט אין 
אַ בעטל אין קראַנקענבוי. 


אַלבערט דאַװידאָוװויטש איז לעבן געבליבן. און װען איך האָב אים 
אײינמאָל באַגעגענט אין פּאַריז אין אַ רעסטאָראַן און איך האָב אים 
געפרעגט װאָס עס איז געווען זיין שטאַרקסטע איבערלעבונג אין לאַגער, 
האָט ער גאָרנישט דערמאָנט דעם פאַקט װאָס ער איז שוין געווען פאַר- 
שריבן צו גיין אין גאַזיקאַמער, נאָר ער האָט מיר דערציילט זיינע אַן 
איבערלעבעניש וועגן עסן: 


ער האָט געאַרבעט אויף אַ קאָמאַנדאָ מיט אַ יינגל פון בעלגיע. זי 
האָבן זיך געהאַלטן צוזאַמען ווייל דאָס לשון, פראַנצויזיש, האָט זיי דער- 
נענטערט און אויך ווייל ביידע זענען זיי געווען פון זעלבן עלטער: אַכצן 
יאָר. איז איין מאָל ביי דער אַרבעט געקומען די מיטאָג-שעה. דער טאָג 
איז געווען אַ הייסער און די זופּ גאָר אַ מאָגערע, פּשוט אַ ביסל גרין װאַסער. 
דאָס שטיקל ברויט פון אינדערפרי האָבן זיי שוין פון לאַנג געהאַט 
אויפגעגעסן און די געדערעם האָבן זיך זיי געקאָרטשעט פאַר הונגער. 
אווי אַזױ האַלט מען אויס ביזן אָװנט, ווען מען װועט באַקומען דאָס 
שטיקל ברויט ?* -- האָט געפרעגט אַלבערטן זיין חבר. 


יוסף ויינבערג 


,פאַר אַ שטיקל ברויט גיב איך אַװעק מיין לעבן" -- האָט אים 
זיין חבר געענטפערט. 


אויף דעם האָט אַלבערט געזאָגט: עאיך וויל אויך אַ שטיקל ברויט. 
איך בין אַזױ הונגעריק וי דו. אָבער דאָס לעבן פאַר דעם ויל איך 
נישט געבן: אַ האַנט װאָלט איך יאָ אַװעקגעגעבן: אַ האַנט װעל איך 


מיר לאָזן אָפּהאַקן פאַר אַ שטיקל ברויט. אָן אַ האַנט קאָן איך נאָך 
לעבן, אָבער נישט אָן אַ שטיקל ברויט". 


מאָריס קובאָוויצקי וועלכער האָט זיך שטענדיק געפונען דאָרט וו 
צוויי חברים האָבן גערעדט פּראַנצויזיש און װאָס האָט געהערט זייער 
שמועס, האָט זיך צו זיי דערנענטערט און אַרױסנעמענדיק פון זיין זע" 
קעלע צוויי פּאָרציעס ברויט, האָט ער צו זיי געזאָגט: קאיך בין אויך 
הונגעריק אַזױ וי איר, אָבער ביזן אָװונט װעל איך פון דעסטוועגן אויס- 
האַלטן, איז נעם דו פון מיר אַ שטיקל ברויט און באַהאַלט דיין לעבן 
און דו נעם דאָס צווייטע שטיקל און באַהאַלט דיין האַנט? 


אָט דאָס איז געווען אין לאַגער די שטאַרקסטע איבערלעבעניש פון 
אַ מוזולמאַן אַן עקשן פון לעבן. 


וי אַזױ איך בין געװאָרן אַ ,מאַסאַזשיסט? 


וועגן ענין עסן וויל איך דערציילן אויך אַ פּערזענלעכן עפּיזאָד: 


געווען איז דאָס אין די ערשטע פעברואַר-טעג פון 1944. מיר זענען 
נאָר-װאָס געהאַט געקומען אין לאַגער פון דער גונטעריגרובע און דער 


54 


אַ טרער און אַ תפילה 


הונגער האָט געדרייט די געדערעם. מען האָט אונדז געגעבן זייער װײיניק 
צו עסן און דאָס װאָס מען האָט אונדז געגעבן איז געווען זייער שלעכט. 
די זופּ צו מיטאָג איז געווען אַ ביסל שמוציק, שטאַרק געזאַלצן װאַסער. 


בין איך אין איינעם אַ זונטיק געזעסן אַזױ אויף דער שװעל פון 
באַראַק און כ'האָב געזוכט אין מיר אַן איינפאַל וי אַזױ צו געפינען 
עפּעס צו עסן: איין איינציק שטיקעלע ברויט. ביז צום שטיקל ברויט 
אין אָװנט איז נאָך געווען וייט און דער מאָגן האָט זיך געמאָנט דאָס 
זייניקע און נישט געװאָלט װאַרטן. דערזע איך פּלוצלינג װווי איבערן 
לאַגער-פּלאַץ שפּאַצירט זיך דער ניער פּוילישער הויפּט-קוכער. דער 
דאָזיקער פּאָליאַק, דער הויפּט-קוכער, איז געווען אין אַ טאָפּלט-גינס- 
טיקער לאַגע: ער האָט געהאַט אַ סך צו עסן. אַלס הויפּט-קוכער האָט 
ער פאַרװאַלטעט מיט טויזנטער פּאָרציעס ברויט, ווורשט און בכלל 
מיט אַלעם גוטן. דערצו האָט ער אַלס אַ פּאָליאַק, װי אַלע פּאָליאַקן, באַ- 
קומען שפּייזיפּעקלעך פון דער היים. 


ווען דער פּוילישער הויפּט-קוכער איז געקומען צו אונדז מיט עט- 
לעכע טעג צוריק איז זיין רעכטע האַנט געווען געליימט ; ער איז נאָר:װאָס 
געחאַט אַרױסגעקומען פון שפּיטאָל װו מען האָט אים געהאַט אָפּערירט 
אַ שווערן געשוויר אונטערן אָרעם. זעענדיק אים אַזױי שפּאַצירן אין 
יענעם זונטיק האָב איך זיך צו אים דערנענטערט און אים געזאָגט: קאיך 
בין אַ ספּעציאַליסט פון אַלערלײ מאַסאַזשן און קודם-כל פון מאַסאַזשן 
נאָך אָפּעראַציעס. אויב דו ווילסט על איך דיר דיין האַנט אויסהיילן 
אין משך פון עטלעכע טעג. באַלד װעסטו קאָנען זי באַװעגן. 


אַ מענטש װאָס האָט אַ געליימטע האַנט װאַרפט נישט אָפּ אַזאַ 
אָנבאָט. פאַרשטײיט זיך אַז אין לאַגער גיט מען גאָרנישט פאַר גאָרנישט. 
;איך װעל דיר מאַכן מאַסאַזשן און דו װעסט מיר געבן דערפאַר צו 
עסן" -- האָב איך צוגעגעבן. 


פון דעמאָלט אָן האָט זיך אָנגעהױבן פאַר מיר אַ צייט פון עסן 
פון אַ סך עסן. 


55 


יוסף ויינבערג 


איך ווייס נישט װועמען דאָס איז געווען צו פאַרדאַנקען. אין מאַסאַזשן 
האָב איך אַזויפיל זיך געקענט װי אַ פערד-הענדלער אין מעדיצין. און 


דאָך האָט דער קוכער גענומען צו ביסלעך באַװעגן מיט זיין האַנט און 
װאָס אַ מאָל בעסער. 


דעם סוד, אַז אין לאַגער געפינט זיך אַ מאַסאַזשיסט האָט ער באַלך 
דערציילט אויך אַנדערע ויכטיקע מענטשן פון לאַגער און אַפילו די 
עס-עס-לייט. יעדער פון זיי האָט גלייך אין זיך אַנטדעקט עפּעס אַ קרענק: 
רעװומאַטיזם מיט שטעכענישן און ברעכענישן, װאָס ווערן אויסגעהיילט 
מיט מאַסאַזשן, 


אַזױ אַרום האָט זיך געמאַכט אַז פּונקט יעדן אָװנט נאָך דעם אַפּעל 
און נאָך דעם שטיקל ברויט, ווען מיינע חברים האָבן זיך געלייגט שלאָפן 
אויף די האַרטע געלעגערס, בין איך געגאַנגען מאַכן מיינע מאַסאַזשן 
אויף ד ע ר זייט און אויף יענער זייט דראָטן, ווו עס האָבן געוווינט די 
עס-עס-לייט פון לאַגער האָב איך געאַרבעט שעהעלאַנג, אַ סך מאָל 
ביז איבער האַלבער נאַכט. און יעדעס מאָל האָבן זיי געמוזט באַצאָלן מיט 
עסן, סאַמע גוטע זאַכן. 


בײיטאָג האָב איך צװישן די קאַצעטלער אין באַראַק אויסגעקליבן 
מיר די סאַמע אויסגעהונגערטע מוזולמענער וועלכע ניטיקן זיך אין 
עפּעס עסן, און ביינאַכט, צוריקקומענדיק פון מיין מאַסאַזשן-אַרבעט, ווען 
איך האָב אױיסגעלאָדן די אַלע גוטע עסענעס האָב איך שטילערהייט, בכדי 
קיינעם נישט אויפצווועקן פון שלאָף, אַלעמען אונטערגעלייגט אונטער די 
קישעלעך גוטע פּאָרציעס עסן, וועגן װעלכע זי האָבן נישט געחלומט 
און וועלכע זיי האָבן אינדערפרי געפונען װי אַ נס מן השמים. 


56 


אַ טרער און אַ תפילה 


דער דייטש באָגוט 


דאָ, אין דאָזיקן לאַגער, האָבן מיר אַלס אַן אָרגאַניזירטע גרופּע, 
געקעמפט פאַר באַזעצן אַלע וויכטיקע פּאַסטנס, װוי בלאָק-עלטסטע, שטו- 
בענדיסטן, קאַפּאָס און פאָראַרבעטער. 


מיר האָבן געהאַט דאָס גליק װאָס פּאָסטעל איז מיט אונדז געשיקט 
געװאָרן אין דעם נייעם לאַגער. טראָץ דעם װאָס ער האָט דאָ נישט 
פאַרנומען דעם פּאָסטן פון ראַפּאָרט-שרײבער איז זיין אָנװעזנהייט געווען 
פאַר אונדז אַ גרויסע דערמוטיקונג. 


אונדזער פּלאַן צו באַזעצן די ויכטיקסטע פּאָסטנס מיט אייגענע 
מענטשן איז נישט געווען לייכט דורכצופירן. קודם-כל זענען מיר נישט 
געווען די איינציקע אין לאַגער. צוזאַמען מיט אונדז האָבן די נאַציס 
אַראָפּגעברענגט דייטשע און פּוילישע העפטלינגע וועלכע זענען דורך 
זיי נאָמינירט געװאָרן אויף פאַרשידענע פּאָסטנס. צוייטנס, איז נישט 
לייכט געווען איבערצוצייגן אונדזערע חברים, אַז עס איז װיכטיק אַז 
זיי זאָלן איבערנעמען די דאָזיקע פּאָסטנס. איך דערמאָן זיך אַז ווען 
איך בין אין אַ געוויסן טאָג געקומען צו אלתר בריקנער און אים געזאָגט 
אַז ער מוז איבערנעמען דעם פּאָסטן פון בלאָקיעלטסטן בכדי צו העלפן 
די מענטשן לעבן, האָט ער שעהען-לאַנג געוויינט וי אַ קליין קינד, 


בלאָק-עלטסטער איז געווען אין די אויגן פון אַלע דער סינאָנים 
פון אַ מערדער און עס איז נישט לײכט געװוען צו אַנטשליסן זיך 
איבערצונעמען דעם דאָזיקן פּאָסטן. 


57 


יוסף ויינבערג 


האָבן מיר געהאַט אַ טאָפּלטע אויפגאַבע: קודם-כל געפינען מיט- 
לען כדי צו עלימינירן די דייטשע און פּוילישע בלאָק-עלטסטע און 
קאַפּאָס,. װאָס די נאַציס האָבן אונדז אָנגעװאָרפן, און פּרובירן צו 
געווינען די בעסערע פון זיי פאַר אונדזער ציל און אױיסשפּײיען פון זיך 
די פאַרברעכערס און רוצחים; און צווייטנס, געפינען מענטשן פעאיקע, 
װאָס זאָלן זיי קאָנען פאַרטרעטן. 


דאָס זענען געווען אויפגאַבן װאָס האָבן פאַרלאַנגט צייט און אויס- 
דויער. דערווייל האָבן מיר געמוזט זאָרגן וועגן די טאָגיטעגלעכע ענינים 
װאָס זענען געווען ברענענדיקע און האָבן געדאַרפט געפינען אַ באַלדיקע 
לייזונג. 


דאָס גליק האָט אונדז צוגעשפּילט אין די דאַזיקע אויפגאַבן. דאָס 
מאָל האָט דאָס גליק זיך פאָרגעשטעלט אין דער געשטאַלט פון אַ קליין 
דייטשל מיטן נאָמען באָגוט. 


דער דאָזיקער דייטש איז געווען דער ציוילער אויפזעער איבער 
אונדזער אַרבעט. ער איז אויף דעם פּאָסטן נאָמינירט געװאָרן דורך דער 
דייטשער בוי-פירמע, װאָס האָט אַדורכגעפירט די אַרבעטן הן ביים בוי 
פון דעם נייעם לאַגער און הן ביי דעם אויסבויען די גרובן-אינסטאַ- 
לאַציעס. 


ער איז געווען אַ מיטגליד אין דער נאַצישער פּאַרטײ. זיין פאָר- 
שטעלונג וועגן יידן, וועלכע ער האָט פּערזענלעך קיינמאָל נישט געקענט, 
איז געווען ביי אים לויט דעם בילד װאָס די נאַצישע פּראָפּאַגאַנדע האָט 
יאָרן-לאַנג פון דעם ייד געמאָלן. 


מיין באַקענען זיך מיט באָגוטן איז פאָרגעקומען אין גאָר אויס- 
טערלישע באַדינגונגען. װאָס שייך דער פאַרבינדונג מיטן דאָזיקן דייטש 
מוז איך, קעגן מיין ווילן, דאָך רעדן וועגן זיך, ווייל דער גורל האָט 
געװאָלט, אַז פון ערשטן ביזן לעצטן מאָמענט פון זיין געפינען זיך אין 
לאַגער בין איך געווען זיין איינציקער פאַרטרויאונגס-מאַן און אַלץ װאָס 


58 


אַ טרער און אַ תפילה 


מיר האָבן געקאָנט מיט דעם דאָזיקן דייטש אויפטוען פאַר אונדזערע 
ברידער איז עס געווען דורך מיין פאַרמיטלונג. 


געווען איז דאָס אַלץ באַלד דעם צוייטן טאָג נאָך אונדזער קומען 
אין לאַגער. עס האָבן זיך געשטעלט צו דער אַרבעט צויי קאָמאַנדאָס. 
די ערשטע קאָמאַנדאָ איז געגאַנגען צו אַ גרויסער בוי-שטעלע אונטער 
דער אָנפירונג פון יידל פּאָטאָק און די צוייטע קאָמאַנדאָ איז אַרױס- 
געגאַנגען צו דעם בוי פון אַ ניעם לאַגער. די צוייטע קאָמאַנדאָ האָט 
געציילט צוויי הונדערט און צװאָנציק מאַן און געהאַט פאַר אַ קאַפאָ 
שלאָזערן, אַ געוועזענעם טרעגער פון דאָמבראָװע. 


דער דאָזיקער שלאָזער איז שוין אין קאַראַנטין-לאַגער געווען אַ פאָר- 
אַרבעטער און דאָרט זיך קונה-שם געווען דערמיט װאָס ער האָט שטאַרק 
געשריגן אויף זיינע מענטשן, מיט וועלכע ער האָט אָנגעפירט און גע- 
ווילדעוועט איבער זיי מיט זיין שרייען. 


שלאָזער איז אין גרונט געווען אַ גוטער פון דער נאַטור, נאָר זייענדיק 
אַ פּרימיטיווער מענטש איז אים שװער געווען צו פאַרשטיין אַז מיט 
זיין שרייען דעמאָראַליזירט ער די מענטשן און שװאַכט אָפּ זייער 
לעבנס-ווילן. צום סוף האָט ער שוין פאַרשטאַנען אַז ער דאַרף טאָן דאָס 
װאָס מען הייסט אים. דערביי האָט ער אַרױסגעװיזן אַ סך גוטן ווילן 
אין דעם נייעם לאַגער איז ער שוין געקומען מיט דער נאָמינאַציע פון 
די עס-עס-לייט אַלס קאַפּאָ. 


מיר האָבן אים אַריינגענומען אין אַ באַזונדער שטיבל װו מען האָט 
אים געגעבן צו פאַרשטיין אַז זיין אויפגאַבע איז צו טאָן דאָס װאָס 
מיר װעלן אים הייסן. 


זאב לאָנדנער איז געווען דער גרויסער ספּעציאַליסט פון אַזעלכע 
;איבערצייגונגען". ער האָט צום בעסטן געוווסט װאָסער לשון מען דאַרף 


59 


יוסף וויינבערג 


אָנװענדן צו אַזעלכע טיפּן. פאַר דער דאָזיקער צוייטער אַרבעטס:קאָ- 
מאַנדאָ בין איך באַשטימט געװאָרן אַלס פערמעסער (געאָמעטער). דאָס 
איז געווען מיין פאַך אין לאַגער, װי איך האָב עס שוין דערמאַנט. די 
דאָזיקע פונקציע האָט מיר געגעבן די טעכנישע פאַראַנטװאָרטלעכקײט 
פאַר דער אַרבעט. 


שלאָזער האָט געװווסט אַז ער קאָן גאָרנישט טאָן אָן מיר און אַז עֶר 
מוז אין אַלעם מיך הערן. ער איז אין זיין נאַאיוקייט און גוטן ווילן אַזױ 
ווייט געגאַנגען, אַז עס פלעגט טרעפן אַז װען דער עס-עס-פירער פון 
לאַגער אָדער אַן אַנדערער דייטש האָט אים געשטעלט עפּעס אַ פראַגע 
האָט ער גענומען שרייען הויך איבער דער גאַנצער בוי-שטעלע: קויינ- 
בערג, װאָס זאָל איך ענטפערן!!". 


אין דעם ווינטער-טאָג זענען מיר אַרױסגעזעצט געװאָרן אויף אַ נאַ- 
קעט פעלד אין שכנות פון אַ װואַלד און דאָ האָבן מיר געדאַרפט אָנהייבן 
בויען דעם נייעם לאַגער. צוערשט איז נויטיק געווען צו גראָבן איבער 
אַ מעטער טיף די פונדאַמענטן פאַר דער מויער, װאָס האָט געדאַרפט 
אַרומרינגלען דעם לאַגער. 


ווען מיר זענען געקומען אין דער גונטער-גרובע איז נאָך פאַר אונדז 
נישט געװען קיין װעש, אַזױ אַז די קאָמאַנדאָס זענען געװען האַלב- 
נאַקעטע, אין די געשטרייפטע מלבושים, אָן העמדער, אָן אונטערהויזן, 
אין הילצערנע שיך, אָן זאָקן. 


דער טאָג איז געווען אַ קאַלטער, דער שניי אויפן פעלד איז געלעגן 
אַ געפרוירענער און די מענטשן האָבן געציטערט פון קעלט. איך האָב 
מיר באַלד אָפּגעגעבן אַ דין-וחשבון, אַז צוויי אָדער דריי טעג פון אַזאַ 
אַרבעט װעלן אומברענגען אַ גרויסע טייל פון אונדזערע ברידער. 


די עס-עס-לייט, װאָס האָבן אונדז באַװאַכט, האָבן זיך באַהאַלטן 
אין ווינקלען און אָנגעצונדן אַ פייער, בכדי זיך צו דערװאַרעמען. 


60 


אַ טרער און אַ תפילה 


מיר האָבן געוווסט אַז זייער אויפגאַבע איז אונדז צו באַװאַכן, מיר 
זאָלן נישט אַנטלויפן, אָבער זיי האָבן נישט געהאַט קיין רעכט זיך צו 
מישן אין דער אַרבעט. 


האָב איך שנעל געמאַכט די ערשטע טעכנישע אויסמעסטונגען, גע- 
הייסן די מענטשן גראָבן יעדן לעבן זיך אַ קנאַפּע פערציק צענטי- 


מעטער טיף און זיך אַריינלײיגן אין דער דאָזיקער גרוב, בכדי זיך צו 
שיצן פון שרעקלעכן קאַלטן ווינט, װאָס האָט אַדורכגענומען די ביינער. 


עטלעכע מינוט שפּעטער האָט זיך אויפן פעלד באַװיזן אַ קלין- 
טשיקער דייטש מיט אַ שטעקעלע אין דער האַנט. אין פרימאָרגן האָט 
מען אים פון לאַגער טעלעפאָנירט, אַז צו דער אַרבעט זענען אַרױסגע- 
גאַנגען צוויי הונדערט און צװאָנציק מענטשן, איז ער געקומען דאָס 
ערשטע מאָל זען װוי אַזױ די אַרבעט גייט צו. געטראָפן האָט ער אַ פּוסט 
פעלד: נאָר פון דער וייטנס האָט ער געזען מענטשן זיך באַװעגן אין 
די פּלאַכע גריבער, װאָס זיי האָבן פאַר זיך אױסגעגראָבן. 


צוערשט האָט ער געפרעגט דעם עס-עסקאָמאַנדאָ-פירער, אָבער 
יענער האָט נישט געוווסט װאָס צו ענטפערן. האָט ער נאָך דעם גערופן 
דעם קאַפּאָ שלאָזער. 


אָט דער האָט װי געוויינלעך אויסגעפירט זיין אויפגאַבע און גענו- 
מען שרייען : וויינבערג! 


איך האָב מיך געשטעלט פאַר דעם דייטש און אים געזאָגט אַז מיר 
זענען דאָ אַהער געשיקט געװאָרן אין אַן אַרבעטס-לאַגער בכדי צו מאַכן 
אַ גוטע אַרבעט, אָבער די מענטשן זענען האַלב-נאַקעט און אין אָט די 
באַדינגונגען װעלן זי אַלע שנעל שטאַרבן ; דערפאַר האָב איך זיי באַפױלן 
אַז זיי זאָלן זיך שיצן קעגן דער קעלט אין דער גרוב װאָס זיי האָבן 
אױיסגעגראָבן. 


דער כעס פון דעם דייטש איז געווען אין-לשער. ער האָט מיך מיט 
רוגזה אַ פרעג געטאָן: אוער האָט אויף דעם אָסט-פראָנט, װו מיין זון 


61 


יוסף וויינבערג 


איז אומגעקומען, אים געפרעגט צי עס איז אים קאַלט!!... צי וילן 
די הינטישע יידן אַז איך זאָל מיך זאָרגן װעגן דעם צי עס איז זי 
קאַלט!!... אַרױס צו דער אַרבעט!'. 


איך האָב דעם דייטש רואיק אָפּגעענטפערט אַז אין די באַדינגונגען 
קאָן איך נישט טראָגן די פאַראַנטװאָרטלעכקײט פאַר דער אַרבעט פון די 
מענטשן און אַז זייער לעבן איז אין געפאַר, װאָס עס איז נישט דער- 
לאָזבאַר אין אַן אַרבעטס-לאַגער. 


דער דייטש איז אַװעקגעלאָפן אין לאַגער אַרײן און איז באַלד 
צוריקגעקומען מיט דעם עס-עס-לאַגער-פירער, וועלכער האָט געהייסן 
די העפטלינגע צוריקגיין אין לאַגער אַריין און מיר האָט ער אָנגעזאָגט 
אַ באַלדיקע תליה. 


אַ גאַנצן טאָג איז די קאָמאַנדאָ געשטאַנען אויף דעם אַפּעל און 
געװאַרט אויף מיין תליה. די װאַך פון די עסיעס:-רוצחים איבער מיר 
איז געווען אַ שטרענגע. וייזט אויס, אַז דער באַפעל פון די העכערע 
לאַגער-פירער איז נישט געקומען. מיין תליה איז געבליבן ליידיק. 


מיינע פריינט האָבן געציטערט פאַר מיין לעבן. אױיסגעלאָזט האָט 
זיך אַז אונדזער קאָמאַנדאָ איז עטלעכע טעג געבליבן אין לאַגער ביז 
עס איז אונדז געליפערט געװאָרן װאַרעמע וועש. און וועגן מיין תליה 
איז שוין דעם צווייטן טאָג מער קיין רייד נישט געווען. 


די דאָזיקע געשעעניש האָט געהאַט אַ דעצידירנדיקן איינפלוס אויף 
דעם צוקונפטיקן גורל פון אונדזער לאַגער. 


ביי דעם קליינטשיקן דייטש באָגוט האָט זיך מיטאַמאָל דערװעקט 
אַ געפיל פון דרך-ארץ צו אונדז. ער האָט געהאַט וועגן יידן די טונקלסטע 
מיינונג װי וועגן אונטערמענטשן און מיטאַמאָל טרעפט ער דעם ערשטן 
ייד, װאָס רופט אַרױס ביי אים רעספּעקט מיט זיין האַנדלונג. ער האָט 


62 


אַ טרער און אַ תפילה 


עס מיט חדשים שפּעטער מוד,. שווען, אַז די דאַזיקע סצענע איז געווען 
פאַר אים איינע פון די שטאַרקסטע דערשיטערונגען. 


פון דעם טאָג אָן האָבן מיר אין אים געהאַט אַ פאַרבינדעטן. זיין 
איבערגעגעבנקייט פאַר אונדזער זאַך איז מיט דער צייט דערגאַנגען ביז 
צו מסירת-נפש. מיט זיין הילף און מיט דער הילף פון אַ פּוױלישן קאַפּאָ, 
װאָס מיר האָבן געווונען פאַר אונדזער זאַך, איז אונדז געלונגען אָפּ- 
צוראַטעװען אַ סך יידישע נפשות. 


די פאַקטן און פּאַסירונגען פון דעם לאַגער איז מיר אוממעגלעך 
היינט, נאָך אַזויפיל צייט, צו דערמאָנען אין כראָנאָלאָגישן סדר. איך בעט 
פון פאָרויס דעם לייענער און מיינע לאַגער:חברים מיר מוחל צו זיין 
דעם ;,אין מוקדם ומאוחר". 


די ,טעכניק"* פון די סעלעקציעס 


אונדזער ערשטע אויפגאַבע איז געווען צו פאַרמיידן אַז עס זאָלן 
ביי אונדז פאָרקומען סעלעקציעס. עס זענען צו אונדז דערגאַנגען ידיעות 
אַז אין אַנדערע אַרבעטס-לאַגערן און דער עיקר אין דעם פירסטן-גרובן, 
װאָס איז צו אונדז געווען נאָענט, קומען זייער אָפט פאָר סעלעקציעס. 
באַלד האָבן מיר זיך דערװווסט װעגן דעם אופן פון דער סעלעקציע- 
טעכניק אין אַן אַרבעטס-לאַגער. ביי די דייטשע רוצחים איז גאָרנישט 
געטאָן געװאָרן צופעליק, אָן אַ פּלאַן און אָן אַ סיסטעם. 


יוסף ויינבערג 


די טעכניק פון די סעלעקציעס איז געווען אַ פּשוטע. יעדן טאָג 
האָבן געמוזט אַלע העפטלינגע אַרױסגײן צו דער אַרבעט. די עסיעס- 
לייט האָבן פון דער דייטשער פירמע באַקומען באַצאָלט פאַר יעדן אַרבע- 
טער און זיי האָבן געמוזט צושטעלן אַ ליסטע פון די װאָס האָבן גע- 
אַרבעט. איז אַ העפטלינג קראַנק געװאָרן און נישט געווען אַרבעטס- 
פעאיק, האָט מען אים אַרײנגענומען אין קראַנקענבוי, דאָס הייסט אין 
לאַגער-שפּיטאָל. 


דער קראַנקענבוי האָט יעדן טאָג געשיקט קיין אוישוויץ אַ ליסטע 
פון די קראַנקע װאָס האָבן זיך געפונען אין שפּיטאָל. ווען עס האָבן זיך 
אין קראַנקענבוי געפונען אַ סך קראַנקע איז אַראָפּגעקומען דער עס-עס- 
דאָקטער פון לאַגער און ער האָט געמאַכט אַ סעלעקציע פאַר דער גאַז- 


קאַמער בכדי נישט צו האָדעװוען קיין אומזיסטע עסערס. 


פון דער רגע אָן ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט דער דאָזיקער 
סעלעקציע-טעכניק איז אונדזער אויפגאַבע געווען אַ קלאָרע: פאַרמיידן 
אַז קראַנקע זאָלן גיין אין קראַנקענבוי. 


היות אָבער עס איז ניטיק געװען אויפצווייזן יעדן טאָג אַז זיי 
געפינען ויך ביי דער אַרבעט האָבן מיר יי פארשריבן אױף דער 
ליסטע פון דער צווייטער קאָמאַנדאָ. 


די דאָזיקע קאָמאַנדאָ װאָס האָט, װוי געזאָגט, געאַרבעט ביים אויפ- 
בויען דעם לאַגער, האָט געהאַט פאַר אַן אויפגאַבע אױסצובאַהאַלטן אין 
משך פון אַ גאַנצן טאָג די קראַנקע און שװאַכע. 


צו דעם צוועק האָבן מיר געשאַפן אַ גאַנצע רייע מיטלען. עס זענען 
געווען קראַנקע װאָס האָבן געמוזט זיין אין אַ ואַרעמער שטוב, אָדער 
אַנדערע װאָס האָבן גאָר געמוזט ליגן און אַפילו אין אַ בעט: צו דעם 
צוועק האָבן מיר אַ טייל פון זיי באַהאַלטן אין דער װאַרעמער קליידער- 
קאַמער, װו עס איז צוערשט געזעסן מאָטעק ליכטענשטיין פון בענדין 
און דערנאָך גלייצער פון סאָסנאָװיץ. 


64 


אַ טרער או אַ תפילה 


אין דער דאָזיקער קליידער-שטוב האָבן מיר געהאַט דאָס רעכט צו 
האַלטן בלויז איין מענטש, אָבער אין די קאַלטע שנייאיקע טעג זענען 
דאָרט געווען אויסבאַהאַלטן ביז פופצן מענטשן. 


עס האָט עקזיסטירט אין לאַגער אַ סטאָליערײ מיט וועלכער עס האָט 
אָנגעפירט אַ בענדינער סטאָליער. דאָ איז געווען אַ קליין אייוועלע און 
עס איז געווען גוט װאַרעם. אין דער סטאָליערײי האָבן מיר געקאָנט 
אויסבאַהאַלטן עטלעכע קראַנקע. אויף דער בוי-שטעלע גופא האָט מען 
געבויט הייזלעך מיט קעלערס. אין די קעלערס האָבן מיר מיט דער 
הילף פון דעם דייטש באָגוט אויפגעשטעלט אייוועלעך מכלומרשט אַז די 
ווענט זאָלן שנעל טריקענען. ביי די איוועלעך זענען אַ גאַנצן טאָג 
געלעגן און געשטאַנען שװאַכע און קראַנקע, אומפעאיקע צו דער אַרבעט. 


נישט איין מאָל זענען מיר אױיסגעשטאַנען ,צרות" פון קראַנקע 
װאָס זענען דערווייל געזונט געװאָרן, אָבער זיי האָבן נישט געװאָלט 
אָפּטרעטן זייער גוטן פּלאַץ פאַר אַנדערע, מער באַרעכטיקטע פאַר זײ. 
אַחוץ דעם איז געווען אַ מכשירים-קאַמער ווו מיר האָבן אַריינגעזעצט 
צוויי אָדער דריי מענטשן צו פאַרטיילן די מכשירים און אחרון אחרון: 
דער בלאָק, אין וועלכן אלתר בריקנער איז געװוען בלאָק-עלטסטער און 
זאב לאָנדנער שטובענדינסט. 


אין אלתרס בלאָק האָבן מיר אויסבאַהאַלטן די גאָר שווער-קראַנקע 
װאָס האָבן זיך גענויטיקט אין אַ בעט. 


אין אָנהײיב איז דאָס געווען אוממעגלעך, וייל די צווייטע קאָמאַנדאָ 
איז אַרױסגעגאַנגען צום בוי פון דעם נייעם לאַגער און די בלאָקן האָבן 
זיך געפונען אין אַלטן לאַגער. דערצו איז אלתר בריקנער נישט געוען 
באַלד דער בלאָק-עלטסטער און מיט זיין פריערדיקן ברוטאַלן בלאָק- 
עלטסטן האָבן מיר דאָס נישט געקאָנט טאָן. אָבער שפּעטער האָט זיך 
דער גאַנצער לאַגער איכערגעצויגן אין די נייע געביידעס און די צווייטע 
קאָמאַנדאָ האָט געאַרבעט אין דעם לאַגער ווו מיר האָבן זיך געפונען. 


65 


יוסף וויינבערג 


אין דעם בלאָק זענען די קראַנקע געלעגן אַ גאַנצן טאָג. זאב 
לאָנדנער איז אַרומגעלאָפן פון פרימאָרגן ביזן אַװנט אַרום דעם בלאָק 
בכדי אוױיסצושפּירן די לאַגע און אויב ער האָט דערזען פון דער וייטנס 
זיך דערנענטערן אַן עס-עס-קאָנטראָלע האָט ער מיט אלתרן אַזױ 
אָרגאַניזירט דעם ענין אַז די קראַנקע זאָלן אַרױסלױפן אָדער אַרױס- 
געטראָגן װערן דורך די הינטער-פענצטער. באַלד נאָך דעם פאַר- 
בייגיין פון דער עס-עס-קאָנטראָלע האָבן זיך די קראַנקע ווידער געפונען 
אין זייערע בעטן. 


דאָס זעלבע איז געווען אין דער װאַרעמער קלידער-קאַמער. די 
עס-עס-לייט פלעגן אָפט אָפּשטאַטן ויזיטן אין דער קלײדער-קאַמער, 
ווייל זיי האָבן פון דאָרט אַרױסגעצױגן פאַר זייער פּערזענלעכן געברויך 
אַלע שיינע און גוטע זאַכן. 


דערפאַר אפשר האָבן זיי טאָלערירט אַז אַחוץ דעם פאַרװאַלטער 
אין דער קליידער-קאַמער זאָל זיך דאָרט אויך געפינען איין שוסטער 
און איין שניידער. דער שוסטער האָט געהאַט די אויפגאַבע צו מאַכן פאַר 
די עס-עס-לייט פיינע שיך און שטיוול און דער שניידער צו נייען פאַר 
זיי אָנצוגער און מונדירן. 


אָבער װען די קליידער-שטוב איז געווען פול מיט מענטשן האָבן 
מיר געמוזט שטעלן אַ װאַך בכדי באַצייטנס אָנצוזאָגן דאָס דערנענטערן 
זיך פון דעם עס-עס-מאַן און אױיסצובאַהאַלטן די מענטשן. 


אַזױ האָבן מיר שנעל געשאַפן אַ סיטואַציע בעת וועלכער אין קראַנ- 
קענבוי זענען נישט געווען פאַרשריבן קיין קראַנקע אָדער גאָר וייניק 
לייכטע קראַנקע און דערמיט האָבן מיר אויסגעמיטן די שרעקלעכע סע- 
לעקציעס. 


ווען פון אַנדערע לאַגערן זענען צו אונדז דערגאַנגען ידיעות וועגן 
מוראדיקע סעלעקציעס אין די קראַנקענשטיבער האָט אונדז דאָס האַרץ 
געשניטן פאַר ווייטיק פאַרװאָס מיר קאָנען זיי גאָרנישט העלפן. 


6 


אַ טרער און אַ תפילה 


אין אונדזער לאַגער זענען מער קיין סעלעקציעס פון קראַנקע נישט 
פאָרגעקומען. 


דער מצב איז אָבער נישט געווען קיין לייכטער, ווייל עס איז גע- 
קומען אַ מאָמענט וען פון די איבער צויי הונדערט העפטלינגע, װאָס 
האָבן געאַרבעט אויף מיין קאָמאַנדאָ, זענען מער װי די העלפט געװען 
אומפעאיק צו דער אַרבעט. אויך פון דער ערשטער קאָמאַנדאָ און שפּע- 
טער פון דער דריטער, ווען עמעצער איז קראַנק געװאָרן האָבן מיר אים 
געמוזט פאַרשרייבן אויף דער צווייטער קאָמאַנדאָ. 


דערווייל האָט אוישוויץ געשיקט צו אונדז נייע פּולישע און דייטשע 
קאַפּאָס און פאָראַרבעטער. די דייטשן זענען כמעט אָן אױיסנאַם געװוען 
פּראָפּעסיאָנעלע פאַרברעכער און אויך די פּאָליאַקן זענען נישט געװוען 
בעסער. 


צוערשט זענען מיר געווען געצווונגען זיך אויך אַרױיסצוהעלפן מיט 
דער ערשטער קאָמאַנדאָ װו יידל פּאָטאָק איז געוען קאַפּאָ. העניעק 
ערליך און איינער פון די ברידער בוכווייץ זענען געווען קאָמאַנדאָ-שרײ- 
בער און צבי דאַנציגער -- טעכנישער פאַראַנטװאָרטלעכער. 


מיט זייער הילף האָבן מיר די וייניקער קראַנקע מיטגעשיקט אויף 
דער ערשטער קאָמאַנדאָ, ווו זיי זענען אויסבאַהאַלטן געװאָרן. שפּעטער 
האָט זיך די סיטואַציע געענדערט, ווייל יידל פּאָטאָק און בוכווייץ זענען 
צו אונדזער גרויסן ווייטיק אויפגעהאָנגען געװאָרן אין מיטן לאַגער מיט 
נאָך דריי קדושים, װאָס די דייטשן האָבן חושד געװוען אין וװעלן 
אַנטלויפן. 


אין צווישן-צייט איז צו אונדז צוגעקומען משה קובאָוויצקי, אַ יונגער 
אַרכיטעקט פון בעלגיע, וועגן וועלכן איך האָב שוין געשריבן, און עס 
איז אונדז געלונגען צו פאַרטרייבן דעם מערדערישן לאַגער-עלטסטן 
פריץ. 


אויף זיין אָרט איז געקומען אַ ניער לאַגער-עלטסטער, וערל, 


67 


יוסף וױיינבערג 


אָ פּאָליטישער העפטלינג, אַ דייטש פון מינכען, וועלכער איז געווען אויף 
אונדזער זייט, 


פּעטש פאַר נישט-פערפעקטער פעלשונג... 


אין אָט די באַדינגונגען פון אויסבאַהאַלטן די קראַנקע און שװאַכע 
האָבן מיר זיך געפונען אין אַ שװוערער לאַגע. עס איז נישט גענוג געווען 
אויסצובאַהאַלטן די מענטשן. אַ געוויסע אַרבעט לוט די דייטשע נאָר- 
מעס האָט דאָך געמוזט אַדורכגעפירט וערן. יעדער אַרבעטער האָט 
געדאַרפט צושטעלן אַ פעסטגעשטעלטע נאָרמע. אַן אַרבעטער האָט גע- 
מוזט טעגלעך אױסגראָבן אַזויפיל און אַזויפיל קוביק מעטער. אַזאַ און 
אַזאַ צאָל ציגל האָט דורך דעם אַרבעטער געמוזט טעגלעך אינגע- 
מויערט ווערן. 


די מינדסטע אַרבעט האָט געהאַט איר חשבון. בכדי דער לאַגער זאָל 
קאָנען פאַררעכנט ווערן אַלס ,שװעראַרבײט? איז נויטיק געוען אַז אין 
אַלגעמײן זאָלן לוט דער צאָל מענטשן אין לאַגער אויסגעפירט װערן 
פינף און זיבעציק פּראָצענט פון די נאָרמעס. 


דאָס פאַררעכענען דעם לאַגער צו שװערער אַרבעט איז געװען פון 
גאָר גרויסער באַדייטונג, ווייל פאַר שװערער אַרבעט איז צוגעטײלט 
געװאָרן אַ בעסער עסן פון אַ העכערער צאָל קאַלאָריעס. 


יעדע װאָך האָב איך אויפגעשטעלט אַ גענויע ליסטע פון די אויס- 


געפירטע אַרבעטן פון דער צוייטער קאָמאַנדאָ. די דאָזיקע ליסטע איז 


68 


אַ טרער און אַ תפילה 


דורך דעם דייטש באָגוט באַשטעטיקט געװאָרן און איז אַװעקגעשיקט 
געװאָרן קיין אוישוויץ. 


עס איז לייכט צו פאַרשטיין אַז די אויפגעשטעלטע ליסטע איז געווען 
אַ פאַלשע. איך װעל נישט מגזם זיין אויב כ'וועל זאָגן אַז די צווייטע קאָ- 
מאַנדאָ, װו עס זענען געווען אויסבאַהאַלטן אַזויפיל קראַנקע און שװאַכע 
מענטשן, האָט נישט אויסגעפירט קיין פערט-חלק פון די אַרבעטן װאָס 
זענען צוגעשטעלט געװאָרן יעדע װאָך. 


דער דייטש באָגוט האָט געקענט די סיטואַציע און דאָך האָט ער די 
צוגעשטעלטע ליסטע באַשטעטיקט. עס האָט זיך אָבער באַלד אַרױס- 
געוויזן אַז אויך די ערשטע קאָמאַנדאָ מוז פעלשן אירע אַרבעטס-צושטע- 
לונגען. דאָרט איז די סיטואַציע נישט געוען אַזױ דראַסטיש, וייל די 
צאָל אַרבעטס-פעאיקע מענטשן איז געווען אַ סך אַ גרעסערע. דאָך איז 
די פאַקטיש-אויסגעפירטע אַרבעט געווען אַ סך וויניקער וי פינף און 
זיבעציק פּראָצענט. עס האָט געדראָט אַז דער לאַגער זאָל באַקומען 
צוגעטיילט עסן אין אַ קלענערער צאָל און נישט וי פאַר דער קאַטע- 
גאָריע שווער-אַרבעטער, און מיר האָבן אויך מורא געהאַט אַז אויב דער 
חשבון פון דער אויסגעפירטער אַרבעט וװעט זיין אַ צו נידעריקער 
קאָנען די דייטשן איינזען אַז דער גאַנצער לאַגער איז גאָרנישט לעבנס- 
באַרעכטיקט און דעמאָלט װאָלט געקאָנט דראָען אַ סעלעקציע. 


אויף דער ערשטער קאָמאַנדאָ האָט די דאָזיקע ליסטע געמאַכט 
צבי דאַנציגער. איך האָב אים אויסגעלערנט וי אַזױי מען מאַכט דאָס. 
אָבער ווען ער האָט דאָס ערשטע מאָל געברענגט דעם פאַלשן אַרבעטס- 
חשבון האָט ער אַרײנגעכאַפּט אַ פּאָר פייערדיקע פּעטש פון דעם עס-עס- 
לאַגער-פירער. די פּעטש האָט ער אַרײנגעכאַפּט נישט פאַר דעם װאָס 
ער האָט געפעלשט די ליסטע, נאָר וייל ער האָט די פעלשונג געמאַכט 
אויף אַן אומגעלומפּערטן פּאַרטאַטשנעם אופן. די פּעטש האָבן גאָרנישט 
געשטערט דאַנציגערן אַז ער זאָל די אַנדערע װאָך װוידער פעלשן די 


69 


יוסף וויינבערג 


ליסטע, נאָר דאָס מאָל שוין מיט אַ פאַרבעסערטער טעכניק. און אַזױ 


האָט דאָס אָנגעהאַלטן חדשים-לאַנג. 


אַלע פאַראַנטװאָרטלעכע פון לאַגער זענען אַרײנגעצויגן געװאָרן 
אין דער פעלשונג. דער דייטש באָגוט און אויך דער פון דער ערשטער 
קאָמאַנדאָ, ווייל זיי האָבן געהאַט אַ גוטן וילן: דער עס-עסלאַגער- 
פירער --- ווייל מיר זענען געווען אין יאָר 1944 און עס האָט געדראָט 
אַז אויב דער אמת ועגן דער גאָר נישטיקער צאָל פון דער אויסגע- 
פירטער אַרבעט זאָל אויפגעדעקט וערן און דעמאָלט װעלן די העכערע 
עס-עס-לייט באַפעלן אויפצולייזן דעם לאַגער, און זיי, די עס-עס-אויפ- 
זעער פון לאַגער װעלן געשיקט ווערן אויפן רוסישן פראָנט. דאָס הייסט, 
אַז דער עס-עס-פירער וועלכער האָט יעדע װאָך אַװעקגעשיקט קין 
אוישוויץ, אין דער צענטראַלע, די פאַלשע ליסטע, האָט קלאָר געוװווסט 
וועגן װאָס עס האַנדלט זיך און ער איז אַפילו געווען פאַראינטערעסירט 
אין דעם. און אויב האָט ער צבי דאַנציגערן געגעבן די פּעטש, האָט ער 
דעמאָלט אים געװאָלט צווינגען אַז ער זאָל די פעלשונג מאַכן בעסער 
און נישט אַזױ פּאַרטאַטשנע... 


+ 5 
צ 


צו דער טעטיקייט האָבן מיר גענאָסן פון דער הילף פון דאָקטאָר 
קאָװואַץ. 


ד"ר קאָװאַץ, אַן אונגאַרישער ייד, איז געווען פון באַרוף אַ דענטיסט, 
אָבער אין לאַגער האָט ער אָנגעפירט מיטן אַזױ גערופענעם קראַנקענ- 
בוי. אין קליינעם שפּיטאָל האָט מען די קראַנקע געגעבן די ערשטע הילף, 
די װאָס האָבן געהאַט היץ. עס זענען דאָרט געשטאַנען עטלעכע בעטלעך. 

אין אָנהײיב איז געווען אַ גליק אַרײנצובאַקומען זיך אין דעם שפּיטאָ- 
לעכל, ווייל מען האָט דאָרט געקאָנט זיך אויסרוען עטלעכע טעג. אָבער 
ווען מיר האָבן זיך דערוווסט אַז די קראַנקע װאָס געפינען זיך דאָרטן זע- 


70 


אַ טרער און אַ תפילה 


נען באַשטימט פאַר אַ סעלעקציע האָבן זיך דאָרט מער קיין קראַנקע נישט 
געפונען. 


ד"ר קאָװאַץ האָט אונדז געגעבן אָנווייזונגען וועגן צושטאַנד פון יעדן 
קראַנקן און אונדז אפילו מיטגעגעבן געוויסע פּרימיטיווע מעדיקאַמענטן 
פאַר די װאָס װועלן דאַרפן צוריקגיין אַרבעטן מיט דער קאָמאַנדאָ. מיט די 
דאָזיקע מעדיקאַמענטן האָט זיך באַנוצט ד"ר גאָלדבערג, וועגן וועלכן 
איך װעל נאָך שרייבן. אַזױ האָט געטראָפן אַז אויף אַן אַרבעטס-פעלד זע- 
נען געשטאַנען עטלעכע קראַנקע העפטלינגע אָנגעלענט אויף זייערע אַר- 
בעטס-מכשירים : לאָפּעטעס אָדער גראָבאײזנס. זיי זענען געווען אַזױ אָפּגע- 
שװאַכט צוליב זייער קראַנקײט, אַז די איינציקע זאַך װאָס זיי האָבן גע- 
קאָנט טאָן איז געווען אָנצולענען זיך אויף זייער לאָפּאַטע בכדי נישט 
אַװעקצופאַלן אויף דר'ערד. איז אָבער געווען אַ געפאַר אַז װוען דער עס- 
עס-אויפזעער װעט קומען קאָנטראָלירן די אַרבעט װעט ער זען אַז עס 
איז גאָרנישט אױסגעגראָבן געװאָרן. איז פון צייט צו צייט איינער פון 
אונדז צוגעלאָפן און געגראָבן אַ ביסל פאַר יעדן פון די קראַנקע. אַזױ 
אַרום האָט זיך באַקומען אַז זיי האָבן געמאַכט זייער אַרבעט. עס איז נאָך 
צוגעקומען אַן אַנדערער רעזולטאַט פון דאָזיקן ,שווינדל": 


היות, וי געזאָגט, מיר האָבן אויפגעוויזן ביי אַלע קאָמאַנדאָס אַ 
גרויסע צאָל ;אַרבײטסלײסטונג", איבער 75 פּראָצענט, האָט דער לאַגער 
באַקומען צו עסן, װי פאַר דער קאַטעגאָריע ;שװעראַרבײט". אַזױ זענען 
געווען די געזעצן (אויב מען קען זיי אַזױ אָנרופן) פון אאַרבײטסאײנ- 
זאַץ". ווייל מיר דאַרפן נישט פאַרגעסן אַז די עס-עס-לאַגער-לייטונג פון 
אוישוויץ האָט געהערשט איבער די גאַזדקאַמערן און קרעמאַטאָריעס 
און זי האָט אויסגעפירט דעם פּלאַן פון דער פאַרניכטונג פון אַלע יידן. 
זי איז אָבער געווען גלייכצייטיק פאַראַנטװאָרטלעך פאַרן אַרבעטס-מיניס- 
טעריום װאָס נוגע דער גוטער אַרבעטס-לײיסטונג פון די געפאַנגענע. אַזױ, 
למשל, האָט געטראָפן, אַז דער עס-עס-דאָקטער פון אוישוויץ איז איינ- 
מאָל געקומען אין לאַגער און פאָרגעשריבן פאַר עטלעכע צענדליק יוגנט- 
לעכע פון אונטער זעכצן יאָר אַ צוגאָב פון אַ פערטל ליטער מילך און 


11 


יוסף וויינבערג 


צומאָרגנס איז ער געקומען און האָט סעלעקציאָנירט די זעלבע יוגנטלע- 
כע פאַר דער גאַזדקאַמער אַלס מוזולמענער. 


דאָס ערשטע, דאָס הייסט די מילך, האָט ער פאָרגעשריבן אין אויפ- 
טראָג פון אַרבעטס-מיניסטעריום און דאָס צווייטע, דאָס הייסט, די גאַזי 
קאַמער, האָט ער באַשטימט אין אויפטראַג פון דער עס-עס-לייטונג פון 
אוישוויץ, אין הסכם מיטן פּלאַן פון פאַרניכטונג. 


און מערקווירדיק, אַז צו דעם זענען נאָך צוגעקומען אַזױ גערופע- 
נע אַרבעטס-אויסצייכענונגען, דאָס הייסט מתנות פאַר די גוטע אַרבע- 
טער, װאָס האָבן אין משך פון דער װאָך געמאַכט אַ גוטע אַרבעט. די 
אַרבעטס-אויסצייכענונגען זענען געגעבן געװאָרן דורך דער לייטונג פון 
דער בוי-שטעלע, דאָס הייסט, פון דער ציווילער פירמע פאַר וועלכער עס 
האָט געאַרבעט דער לאַגער. 


די פּאַסיע פון רויכערן 


אין לאַגער איז געווען אַ קאַנטינע ווו מען האָט געקאָנט קויפן צויי 
זאַכן : ציגאַרעטן און זויער-קרויט. אָבער געלט איז געווען ,טריף". אין 
דער קאַנטינע האָט מען בלויז געקאָנט קויפן פאַר די באָנעס פון דער 
בוי-שטעלע. 


72 


אַ טרער און אַ תפילה 


עס זענען געווען אין לאַגער גאָר אַ סך מענטשן, װאָס האָבן בשום- 
אופן נישט געקאָנט זיך אָפּזאָגן פון רויכערן. היות אָבער עס האָט נישט 
עקזיסטירט קיין שום מעגלעכקייט צו קאָנען זיך פאַרשאַפן ציגאַרעטן 
אָדער טאַבאַק, איז דאָס געװאָרן דער וויכטיקסטער עלעמענט פון האַנדל 
און שמוגל. אויף די בוי-שטעלעס האָט מען געאַרבעט צוזאַמען מיט צי- 
ווילע אַרבעטער, מיט וועלכע מען האָט געקאָנט האַנדלען. אויך עס-עס- 
לייט, די לאַגער-עלטסטע, די בלאָק-עלטסטע, די דייטשע קאַפּאָס און די 
אַרבעטס-אויפזעער זענען געווען פאַרמישט אין דעם שמוגל. מען האָט 
פּשוט אויסגעטוישט אַ שטיק ברויט, אַ שטיקל ווורשט, אָדער אַ זופּ פאַר 
טאַבאַק. דער סכום עסן איז בכלל גענומען געוען אַ סך נידעריקער פון 
דעם מינימום קאַלאָריעס אין וועלכע עס האָט זיך גענויטיקט דער מענטש- 
לעכער קערפּער. פון דאָזיקן סכום איז נאָך אַ טייל באַרױיבט געװאָרן 
אויפן וועג צו דער פאַרטיילונג. אַזױ אַרום האָט זיך פאַרמערט די גרויסע 
מאַסע מוזולמענער. די גרויסע צאָל מענטשן װאָס האָבן מער נישט געהאַט 
קיין פיזישע כוחות צו לעבן. איז צו דעם נאָך צוגעקומען די צרה מיטן 
רויכערן, ווען מען איז גרייט געווען פאַר אַ ביסל טאַבאַק אַװעקצוגעבן 
דעם ביסן, אַמאָל דעם לעצטן ביסן פון מויל, װאָס דאָס האָט אויך פאַר- 
גרעסערט די צאָל מוזולמענער, וייל די, װאָס האָבן פאַרקויפט זייער 
ברויט פאַר אַ ביסעלע טאַבאַק, האָבן אַליין צוגעאיילט זייער טויט. 


היות מיר האָבן אויפגעוויזן אַ הויכע אַרבעטס-לײיסטונג האָבן מיר 
געהאַט רעכט צו באַקומען באָנעס פאַר די גאָר גוטע אַרבעטער, װאָס 
האָבן אין משך פון דער װאָך געהאַט אויף זייער חשבון די העכסטע אַר- 
בעטס-נאָרמע. 


די פּראָצעדור פון צוטיילן די באָנעס איז שטענדיק געווען די זעל- 
בע. באָגוט, דער ציווילער אויפזעער פון דער פירמע, וועגן וועלכן איך 
האָב שוין געשריבן, פלעגט קומען יעדן שבת נאָך מיטאָג, דאָס הייסט נאָך 
דער אַרבעט, בכדי צו פאַרטיילן די באָנעס. איך, אַלס זיין פאַרטרוילע- 
כער מיטאַרבעטער, האָב געהאַט די אויפגאַבע אויפצושטעלן די רשימה 


73 


יוסף וויינבערג 


פון די ,גוטע" אַרבעטער. האָבן מיר צװישן זיך איינגעפירט אַזאַ סדר אַז 
אויף דער רשימה זענען ארויפגעשטעלט געװאָרן די סאַמע שװאַכסטע 
און קראַנקע. אַזױ אַרום האָבן זיי כאַקומען די באָנעס פאַר וועלכע זי 
האָבן זיך געקאָנט קויפן זויער-קרויט און ציגאַרעטן, װאָס זיי האָבן אויס- 
געטוישט אויף גוט עסן. 


דער דאָזיקער עפּיזאָד פון לאַגער-לעבן האָט אַ ויכטיקע באַדיי- 
טונג און איז כדאי צו וװוערן אַרױסגעהױבן אין אַ ספר װאָס זיין ערשטע 
טייל הייסט : ;ליכט אין גיהנום". און מ'דאַרף אויך נעמען אין אַכט װאָס עס 
זענען געווען צװוישן די העפטלינגע אויף דער בוי-שטעלע גענוג שטאַרקע 
מענטשן װאָס האָבן געוווסט וי אַזױ זיך אַן ;עצה" צו געבן און װאָס 
האָבן מער-ווייניק גוט געאַרבעט און װאָס פאַקטיש איז זיי געקומען די 
באָנעט פאַר גוטער אַרבעט.. אין אָנהייב איז אָנגעגאַנגען װעגן דעם אַ 
מחלוקת אין לאַגער, אָבער באַלד האָבן אַלע אָנגענומען דעם סדר פון 
דער פאַרטיילונג פון די באָנעס אַלס גערעכטע האַנדלונג, װאָס האָט גע- 
דינט צו העלפן די שװאַכע. 


פאַר אונדז האָט דאָס באַדייט אַ װידערשטאַנד-טעטיקײט װאָס 


האָט אַרומגענומען אַלע געפאַנגענע אין איין בשותפותדיקן גורל און ווילן 
צום קאַמף קעגן טויט, 


דער נייער לאַגער-עלטסטער וװערל האָט מיט די אַרבעטס-ענינים 
גאָרנישט געהאַט קיין געמיינזאַמס, דאָך איז אונדז זיין הילף געווען זייער 
וויכטיק, ווייל ער האָט פאָרגעשלאָגן די נאָמינאַציע פון די קאַפּאָס, פאָר- 
אַרבעטער און אויך אויף אַלע אַנדערע געביטן אין לאַגער גופא. עס 
איז וויכטיק געווען, אַז די דאָזיקע מענטשן זאָלן אונדז העלפן און נישט 
שטערן. אלתר בריקנער איז געװוען דער קרוב למלכות פון לאַגער- 
עלטסטן און מיט זיין הילף האָט ער איפגעטאָן אַ סך זייער וויכטיקע 
זאַכן. 


74 


אַטרער און אַ תפילה 


אומפאַרגעסלעכע געשטאַלטן 


דאָס בילד וועגן דער חברשאַפט פון די מענטשן און דעם גייסט, אין 
וועלכן זיי האָבן געלעבט און אַנטװיקלט זייער טעטיקייט, פאַרלאַנגט 
איך זאָל שרייבן וועגן צוויי מענטשן: וועגן דעם שוין דערמאָנטן משה 
קובאָוויצקי און יחיאל פיינער פון סאָסנאָװיץ. 


משה קובאָוויצקי האָט געהאַט אַ גאָר וויכטיקע אויפגאַבע. קיינער האָט 
זי אים נישט אויפגעגעבן, ער האָט זי אַלײן אויף זיך גענומען, וייל זי 
איז אים געווען צום האַרצן און געווען וי אָנגעמאָסטן פאַר זיין טעמפּע- 
ראַמענט. עס האָט אים אויך צוגעדינט דער פאַקט װאָס זייענדיק פון בעל- 
גיע איז ער געווען דער איינציקער צווישן אונדז װאָס האָט גערעדט פראַנ- 
צויזיש. גראָד זענען אין לאַגער געווען עטלעכע יינגלעך פון פראַנקרייך, 
בעלגיע און האָלאַנד װאָס אויך זייער שפּראַך איז געווען פראַנצויזיש. 
קובאָוויצקי, וועלכער איז געקומען אין לאַגער שפּעטער פון אונדז אַלע, 
האָט זיך גלייך אײינגעשפּאַנט אין דער אַרבעט און ער איז געװאָרן דער 
פאָטער פון דער יונגער חברה. די גרעסטע טייל פון זיי איז געווען אין 
זייער אַ שלעכטן צושטאַנד ווען קובאָוויצקי איז אָנגעקומען אין לאַגער 
אַריין. עס איז נויטיק געווען זיי צו שטעלן אויף די פיס, זיי צו באַזאָרגן 
אַן אַרבעטס-אָרט, ווו זיי זאָלן זיך קאָנען אַ ביסל אָפּרוען, און צו פאַר- 
שאַפן זיי אַ ביסל עסן. מיט זיין געוויינלעכער באַשײדנקײיט האָט משה 
קובאָוויצקי דערפילט די דאָזיקע אויפגאַבע. ער האָט פאַרשטאַנען דאָס 
אַלץ צו טאָן שטיל, אָן רעש און מיט איבערגעגעבנקייט און איז אויף אַן 
אמת געװאָרן פאַר די יוגנטלעכע אי אַ פאָטער און אי אַ חבר. אַז עס 


75 


יוסף וויינבערג 


איז נויטיק געווען איז ער אויך געווען ביכולת אַװעקצוגעבן עפּעס פון זיך 
פאַר אַן אַנדערן, ווען דאָס איז געווען פּקוח נפש. 


ביי היינט צו טאָג געפינען זיך אַ סך פון יענע יוגנטלעכע אין ישראל, 
אין פראַנקרייך, אָדער ערגעץ אַנדערש. זיי האָבן נישט פאַרגעסן, אַז אויב 
זיי לעבן איז דאָס אַ דאַנק דער איבערגעגעבנקייט און מסירת-נפש פון משה 
קובאָוויצקי. פאַר אונדז אַלע, װאָס האָבן מיט אים געפירט די אונטערער- 
דישע טעטיקייט אין לאַגער איז ער פאַרבליבן אַ חבר און אַ ברודער. 


ער איז געקומען צו אונדז אין לאַגער פון אַן אַנדערער וועלט. ער, וי 
געזאָגט, איז נישט געווען מיט אונדז אין בירקענוי. געקומען איז ער אויך 
פון אַ לאַנד װי בעלגיע און נישט וי מיר, פון די פּוױלישע שטעטלעך, 
ווו די ליידן האָבן מער פאַרשטאַרקט ביי אונדז די װידערשטאַנד-קראַפט. 
ער איז געקומען אין מיטן יאָר ווען מיר זענען שוין געווען גוט אָרגאַ- 
ניזירט אין אונדזער װידערשטאַנד-טעטיקײט. ער איז געקומען אַלס אינ- 
זשיניער. פון דער ערשטער רגע האָבן אונדזערע מענטשן אים אַרומגע- 
רינגלט מיט אַן אויפריכטיקער פריינטשאַפט. 


גענוי וי פּאָסטעל, איז ער געווען אױיסגעקאָכט אין אַלע אונדזערע 
אַקציעס. ער האָט קיין סך נישט גערעדט, אָבער זיין אָנװועזנהייט לעבן 
אונדז האָט אויף אונדז גוט געווירקט. ער האָט אַפּראָבירט דאָס װאָס מיר 
האָבן געטאָן און אויב נויטיק, איז ער גרייט געווען אויך אויסצופירן 
ממשותדיקע מעשים, 


ער האָט שטענדיק געטראָגן דעם קאָפּ הויך. אַלײן אַ קליין-וווקסיקער, 
האָט ער דעם מענטש תמיד גלייך געקוקט אין די אויגן אַריין, דעם מענטש 
מיין איך יידן, אָבער אויך צו די עס-עס-לייט, להבדיל, האָט ער געקוקט 
רואיק מיט אַ געוויסער שטאָלצקייט. ער האָט אַלץ געטאָן אָן בהלה, אָן 
געלויף. די דאָזיקע רואיקייט האָט געװוירקט אויף אונדז אַלעמען װאָס 
שטענדיק זענען מיר געווען אין אַ פיבערדיקן געלויף און אומרו. ער האָט 
געווירקט אויף אונדז באַרואיקנדיק און געװעקט אין אונדז בטחון. זיין 


76 


אַ טרער און אַ תפילה 


פונקציע האָט אים געגעבן דאָס רעכט צו ווינען מיט נאָך צוויי אַנדערע 
מענטשן אין אַ באַזונדער שטיבל. דאָס שטיבל איז געווען פאַר אונדז אַן 
אָרט פון גייסטיקן אָפּרו. זיין שטיבל איז אָפּטמאָל פאַרװאַנדלט געװאָרן 
פאַר אונדז אין אַ בית װעד לחכמים אין פולסטן זין פון װאָרט. 


צו אונדזער חברה האָט אויך געהערט יחיאל פיינער. 


ער איז געווען אַ שרייבער. איך האָב אים נישט געקענט פאַר דער 
מלחמה. אונדזער ערשטע באַקאַנטשאַפט שטאַמט פון לאַגער בירקענוי און 
איך האָב נישט געוווסט צי ער איז געווען פאַר דער מלחמה אַ שרייבער, 
צי ער האָט בכלל דעמאַלט עפּעס געשריבן. אין לאַגער האָט ער זיך באַ- 
טראַכט אַלס שריפטשטעלער. ער איז געװוען אין קאַראַנטין-לאַגער אין 
אַ שלעכטן בלאָק װוו מען האָט געשלאָגן און גערויבט דאָס עסן. אין דעם 
נייעם לאַגער איז ער יעדן טאָג אַרױסגעגאַנגען צו דער אַרבעט, ער האָט 
פון קיינעם גאָרנישט פאַרלאַנגט, שטענדיק געווען ריין און ציכטיק, נישט 
דערלאָזט אַז ער זאָל דערגיין צו אַ צושטאַנד פון אַ מוזולמאַן. 


די דאָזיקע שטאַנדהאַפטיקײט און זיין באַטראַכטן זיך אַלס שרייבער 
האָבן געװעקט צו אים דרך-ארץ. אין אָנהײיב האָט דאָס אפשר געקאָנט 
אַרױיטרופן אַ לייכטן ביטול, אָבער באַלד האָסטו געפילט דעם ווילן װאָס 
שתּרודיט פון אים צו זיין אַ שרייבער. 


פיינערס האַלטונג אוֹן זיין שליחות אַלס שרייבער האָבן פאַר אונדז 
געעפנט די טויערן פון אַ גייסטיקער וועלט אויף וועלכער די ברוטאַלע 
ווירקלעכקייט פון דער דייטשער הערשאַפט האָט נישט געהאַט קין 
שליטה. ער איז זיך געגאַנגען זיין וועג, אָבער ער איז אויך געווען מיט 
אונדז פאַרבונדן אין אַ מאָראַלישער שותפות. וי אַ גרויסע טייל פון 
אונדזער גרופּע, איז אויך ער, צום גליק, לעבן געבליבן און ער האָט 
זיך גלייך נאָך דער מלחמה אַנטפּלעקט אַלס דער שרייבער אַ. קאַצעטניק, 
מחבר פון עטלעכע ביכער אויף דער טעמע פון די פאַרניכטונגס-לאַגערן. 


דד 


יוסף ויינבערג 


* 
6 אד 


עס האָט זיך דאָ אויך געפונען ד"ר גאָלדבערג. ערגעץ פון אַ קליין 
ליטװיש שטעטל האָט מען אים געברענגט קיין אוישוויץ. ער האָט פאַר- 
מאָגט אַ סך אינטעלעגענץ און איידלקייט. אין דער גונטער-גרובע איז 
ער געקומען װי אַ שטראָף-העפטלינג, פון אוישוויצער הױפּט-שפּיטאָל 


ווו ער האָט זיך צעקריגט מיטן הופּט-דאָקטער. 


גאָלדבערג איז געווען האַרט וי שטאָל, אײינגעשפּאַרט פאַר זיינע אי- 
בערצייגונגען, געבליבן פריי אין זיינע האַנדלונגען, אפילו אין די שווערס- 
טע מאָמענטן פונעם לאַגער-לעבן. זיין שליחות פון אַ דאָקטער האָט ער 
דורכגעפירט אָן שרעק און מיט מסירת-נפש. עס האָט אײינמאָל פּאַסירט 
אַז עס איז געווען נויטװענדיק דורכצופירן אַ שווערע אָפּעראַציע ביי 
איינעם װאָס מען האָט נישט געטאָרט דערלאָזן אַז ער זאָל אַרײין אין שפּי 
טאָל ווייל דאָרט װאָלט פאַר יענעם געווען אַ זיכערער וועג גלייך אין גאַז" 
קאַמער אַריין. האָט דאָקטער גאָלדבערג אים אָפּערירט אויף דער בוי- 
שטעלע אין דעם קעמערל פאַר מכשירים, ווו ער האָט צווישן די פאַר- 
בלאָטיקטע לאָפּאַטעס און אַנדערע שטיק איזנס געשניטן דעם קראַנקן 
מיט אַ פּשוט מעסערל, אָן איינשלעפערן דעם געפערלעכן קאַנקן און 


וועלכן מיר האָבן צוגעהאַלטן מיט אַלע כוחות אויף דער שמאָלער באַנק. 


וי אַזױ מען האָט אָפּגעראַטעװעט 
אַ טראַנספּאַרט יידן פון לאָדזש 


אין געוויסע מאָמענטן האָט אונדזער קאַמף געמוזט אָננעמען אַנדערע 
פאָרמען. דאָס איז געווען אין די זומער-חדשים פון יאָר 1944. 


78 


אַ טרער און אַ תפילה 


די סאָוויעטישע אַרמײ האָט דערלאַנגט שװערע קלעפּ די דיטשף 
זיי האָבן זיך כסדר צוריקגעצויגן און עס האָט געדראָט, אַז דער לאַגער 
זאָל מוזן עוואַקואירט ווערן. 


מיר האָבן געוווסט אַז די דייטשן האָבן אויסגעאַרבעט פּלענער אין 
פאַל פון אַ ריקצוג אויסצוהרגענען די געפאַנגענע. מיר זענען געוען 
אַנטשלאָסן צום קאַמף. צו דעם דאָזיקן קאַמף האָבן מיר זיך געהאַט מי- 
ליטעריש אָרגאַניזירט. מיר האָבן אַרײנגעצױגן אין דער דאָזיקער אֶָר- 
גאַניזאַציע אַלע מענטשן אויף וועלכע מיר האָבן געקאַנט רעכענען און צו 
וועלכע מיר האָבן געהאַט צוטרוי. פון די בוי-שטעלעס האָבן די קאָמאַנ- 
דאָס געבראַכט פאַרשידענע קאַמפס-מכשירים, װאָס מיר האָבן אויסבאַ- 
האַלטן אין לאַגער. 


ביינאַכט זענען אונדזערע מענטשן געווען פּנאַנדערגעטײלט אין 
װאַך-גרופּן, װאָס האָבן געװאַכט גאַנצע נעכט, בכדי נישט צו דערלאָזן צו 
אַן איבעראַשונגס-אַקציע מצד די דייטשע רוצחים. יעדער האָט געװוסט 
ווו עס געפינט זיך זיין קאַמפס-מכשיר און װאָס ער דאַרף טאָן אין פאַל 
פון אַן אַלאַרם. דער דאָזיקער צושטאַנד פון פיבער און פון קאַמפס- 
גרייטקייט האָט געדויערט עטלעכע װאָכן ביז די סאָוויעטישע אַרמײ 
האָט אָפּגעשטעלט איר זומער-אָפענסיװוע און דער לאַגער איז צוריק 
אַרײן אין זיין אַלטן מצב. 


אין צווישן-צייט האָבן די קרעמאַטאָריעס אויפגעהערט צו פונקציאָ- 
נירן און באַלד זענען זיי פאַרניכטעט געװאָרן, אַבער מיט דער פאַרניכ- 
טונג פון די קרעמאַטאָריעס איז נישט פאַרשווונדן ביי די דייטשע רוצ- 
חים דער ווילן אומצוברענגען די יידן. 

עס איז צו אונדז דערגאַנגען א ידיעה אַז אין אונדזער לאַגער אַרײן 
דאַרף געברענגט וערן אַ טראַנספּאָרט יידן פון לאָדזשער געטאָ און אַז 
זיי דאַרפן געשיקט וערן אין דעם גרובן בכדי זיי זאָלן דאָרט ביי דער 
אַרבעט פאַרמאַטערט וװוערן צום טויט, 


79 


יוסף ויינבערג 


די ידיעה איז צו אונדז דערגאַנגען נאָך איידער דער טראַנספּאָרט 
יידן פון לאָדזש איז אָנגעקומען אין לאַגער. דער דייטש באָגוט האָט דאָס 
מיר איבערגעגעבן בסוד-סודות. מיר האָבן גלייך אָפּגעהאַלטן אַ באַראַטונג 
און באַשלאָסן זיך צו אָרגאַניזירן צום קאַמף פאַרן לעבן פון אונדזערע 
ברידער פון לאָדזש. 


מיט דריי טעג שפּעטער איז דער טראַנספּאָרט אָנגעקומען. קנאַפּע 
דריי פינפטל פון דעם לאָדזשער טראַנספּאָרט יידן זענען געווען אויסגע- 
הונגערט, אויסגעדאַרט און דערשראָקן. מיר האָבן געוווסט אין װאָס עס 
דאַרף באַשטײן אונדזער אויפגאַבע: קודם-כל באַפרײיען זיי פון דער שרעק. 
אַזױ האָבן זיי געטראָפן מצד אונדז שמייכלענדיקע פּנימער װאָס האָבן זי 
באַרואיקט. װוי-נאָר זיי זענען געקומען אויפן לאַגער-פּלאַץ און זיי זענען 
נאָך געשטאַנען אויסגעשטעלט אין רייען האָבן זיי שוין פון אַלע געהערט 
די גוטע בשורה אַז דער לאַגער איז אַ לייכטער און זיי דאַרפן זיך נישט 
שרעקן און נישט זאָרגן. 


מיר האָבן פון דעם לאַגער-עלטסטן ווערל זיך דערווסט וועגן די 
באַפעלן פון די עס-עס-פירער: דער טראַנספּאַרט דאַרף צומאָרגנס 
אַװעק אין דריי שיכטן, צו אַכט שעה יעדער, צו דער אַרבעט אין גרובן. 
די דאָזיקע באַפּעלן האָבן באַרעכטיקט דאָס װאָס מיר האָבן שוין געוווסט. 


איצט האָט זיך פאַרלאַנגט אַז מיר זאָלן אָרגאַניזירן אונדזער טעטי- 
קייט אויף אַזאַ אופן אַז די דייטשן זאָלן נישט קאָנען רעאַליזירן זייערע 
פאַרניכטונגס-פּלענער. 


שוין מיט אַ טאָג פריער האָבן מיר דורך דער פאַרמיטלונג פון ציווי- 
לע אַרבעטער װאָס האָבן געאַרבעט אין לאַגער: פאָלקס-דייטשן און פּאַ- 
ליאַקן, פאַרשפּרײט אין די אַרומיקע גרובן-דערפער די ידיעה, אַז עס 
איז אַנטשטאַנען אין די דערפער (און נישט אין לאַגער) אַן אָרגאַניזאַציע, 
װאָס פאַרצייכנט די מעשים פון אַלע די, װאָס באַהאַנדלען שלעכט די לאַ- 
גער-מענטשן ביי דער אַרבעט. דער דייטש באָגוט האָט זיד געזען מיט 


80 


אַַטרער און אַ תפילה 


זיין קאָלעגע דעם דייטשן אויפזעער פון דעם גרובן און ער האָט אים גע- 
געבן צו פאַרשטיין אַז עס איז נישט מער די צייט צו זיין אַ שותף פון 
די עס-עס-רוצחים. אַזױ איז געװאָרן צוגעגרייט דער באָדן פאַר ראַטעװען 
אונדזערע ברידער. און דאָס איז אונדז געלונגען. 


איצט איז נויטיק געװען צו געפינען די געהעריקע מענטשן אַלס 
קאַפּאָס און פאָראַרבעטער. עס האָט געדראָט אַז די דייטשע פּראָפּעסיאָ- 
נעלע פאַרברעכער, װאָס האָבן זיך געפונען אין לאַגער זאָלן דורך די עס- 
עס-לייט נאָמינירט וערן אַלס קאַפּאָס און פאָראַרבעטער. מיט דער הילף 
פון לאַגער-עלטסטן ווערל האָט זיך אונדז איינגעגעבן זיי שנעל צו פאַר- 
װאַנדלען אין שטראָף-העפטלינגע. 


דאָס איז נישט געווען פאַר אונדז שווער אַדורכצופירן. אָט וי אַזױ 
מיר האָבן דאָס געמאַכט: ביי די פּראָפּעסיאָנעלע פאַרברעכער איז רציחה 
און גנבה געלעגן אין זייער בלוט; עס איז גענוג געווען אַז מיר זאָלן 
אויף אַ קינסטלעכן, אָבער געשיקטן אופן איינעם אַזאַ פּאַרשױן אונטעררוקן 
אַ געלעגנהייט צו אַ גנבה אויף װאָס ער איז געװוען אַ בעלן: דאָ האָבן 
מיר שוין געזען אַז מען זאָל אים באַלד כאַפּן ביי דער גנבה. עס איז גע- 
מאַכט געװאָרן אַ מעלדונג וועגן דעם און דער געוועזענער קאַפּאָ איז פאַר- 
װאַנדלט געװאָרן אין אַ שטראָף-העפטלינג. מיר האָבן דערפירט צו דעם 
אַז אַלע דייטשן זענען געװאָרן שטראָף-העפטלינגע און זיי האָבן געאַר- 
בעט אויף דער צווייטער קאָמאַנדאָ אונטער דער אויפזיכט פון אונדזערס 
אַ יינגל. 


עס איז נישט געווען גענוג צו עלימינירן די רשעים. מיר האָבן גע- 
מוזט געפינען טיכטיקע יידישע קאַפּאָס און פאָראַרבעטער, מענטשן מיט 
אָנפירערשאַפּט-פעאיקייטן און מיט אַ גוטן ווילן, אויף וועלכע מען װאָלט 
זיך געקאָנט פאַרלאָזן. די דאָזיקע מענטשן, דאָס הייסט דריי קאַפּאָס און 
אַ צען פאָראַרבעטער, האָבן מיר געקאָנט געפינען צװישן די העפטלינגע 
פון זאַגלעמביע, װאָס נישט אַלע האָבן פריער אין קאַראַנטין-לאַגער 
אויסגעפירט זייער פונקציע מיט כבוד. 


81 


וסף ורינהעהג 


דאָס געווינען אויף אונדזער זייט די עלעמענטן װאָס פריער האָבן די 
רשעים אויסגענוצט קעגן זייערע אייגענע גורל-ברידער איז געווען פאַר 
אונדז אַ גרויסער מאָראַלישער (און נישט בלויז מאָראַלישער) נצחון איבער 
דער דייטשער רשעות. 


אין דער שטוב פון אלתר בריקנער זענען מיר געזעסן עטלעכע אינ- 
טימע חברים. די חברים האָבן מיר אָנפאַרטרױט די דאָזיקע ווערביר- 
אויפגאַבע. זאב לאָנדנער האָט איינעם נאָכן צווייטן גערופן די געוועזענע 
שטוב-דינסטן, פאָראַרבעטער און קאַפּאָס, װאָס זענען געווען ;טעטיק" 
אין קאַראַנטין-לאַגער, און מיר האָבן זיי געזאָגט װאָס מיר פאַרלאַנגען 
פון זיי. און דאָס איז נישט געווען קיין לייכטע זאַך: זיי האָבן געדאַרפט 
דורך אונדז נאָמינירט וװוערן אַלס קאַפּאָס און פאָראַרבעטער מיטן ציל 
נישט צו העלפן די עס-עס-לייט, נאָר העלפן אונדזערע ברידער איבער- 
צולעבן דעם לאַגער. די קראַנקע װאָס מיר האָבן געװאָלט פאַרמיידן אַז 
זיי זאָלן אַרײין אין קראַנקענבוי, זאָלן האָבן די מעגלעכקייט בשעת דער 
גאַנצער צייט פון דער אַרבעט צו שלאָפן און די שװאַכע זיך אויסצורוען: 
דער עיקר האָבן מיר פון זיי פאַרלאַנגט אַרױסצווייזן מסירת-נפש ביים 
אונטערשטעלן אַ פּלײיצע ווען דאָס װועט זיין נויטיק און זאָרגן דערפאַר 
אַז די קראַנקע און שװאַכע זאָלן נישט אַרבעטן אין גרובן, נאָר זיך 
אויסרוען. 

דאָס איז געווען מעגלעך, ווייל די עס-עס:װאַך האָט נישט געהאַט 
דאָס רעכט אַראָפּצופאָרן אין דעם גרובן; זיי זענען געבליבן װאַכן ביים 
אויסגאַנג פון דער גרובן-װוינדע; אין דער טיפעניש פון דער ערד איז 
קיין עס-עס-װאַך נישט געווען. : 

מיר האָבן צװוישן זיך יעדן פאַרטיילט זיינע אױיפגאַבן. אַזױ צום 
ביישפּיל ווען יעדער שיכט איז אַרױסגעגאַנגען צו דער אַרבעט האָבן 
זיך עטלעכע פון אונדז געפונען אונטן בכדי צו זאָרגן אַז אַלץ זאָל פאָר- 
קומען לויטן סדר און לויט אונדזערע פּלענער. 


דאָס אַלץ, װי בכלל אונדזער גאַנצע טעטיקייט, האָט געמוזט געטאָן 
ווערן, נאַטירלעך, בסוד-סודות, אומבאַמערקט פון אַ נישט-געווונטשן אויג. 


82 


אַ טרער און אַ תפילה 


די כוחות פון גוטס און פון שלעכטס 


דער לעבנס-אינסטינקט, דער וילן צו דערהאַלטן דעם איגענעם 
נפש און אויך די זאָרג פאַר העלפן דעם נאָענטן האָט ביי אַ סך פון אונדז 
אַנטװיקלט געוויסע פעאיקייטן װאָס זענען אין נאָרמאַלע באַדינגונגען 
פּשוט נישט צו באַגרייפן. אַזױ האָט זיך געטראָפן, אַז מאָטעק ליכטענשטיין 
האָט זיך געמאָלדן צו זיין דער פאַרװאַלטער פון דער קליידער-קאַמער, 
זייענדיק אינגאַנצן אַ פרעמדער אין דאָזיקן געביט. צו דעם איז נויטיק 
געווען צו קענען נישט בלויז אָנפירן מיט אַ מאַגאַזין, נאָר אויך צו האָבן 
אַן אַנונג אין שניידעריי און אין שוסטעריי. 


מאָטעק האָט אין שניידעריי אָדער שוסטעריי גאָרנישט זיך פאַר- 
שטאַנען. מיר האָבן אָבער געװאָלט, אַז ער זאָל זיין דער פאַרװאַלטער 
פון דער קליידער-קאַמער, ווייל דאָרט זענען געווען מעגלעכקייטן אויס- 
צובאַהאַלטן קראַנקע. אַחוץ דעם האָט מען דאָרט געקאָנט האָבן אויף 
די דייטשן אַ געוויסן איינפלוס, ווייל זיי פלעגן קומען אין דער קליידער- 
קאַמער אויסזוכן גוטע און שיינע מלבושים פאַךְ זיײערע משפּחות אָדער 
געליבטע. 


ביי אַזאַ ‏ געלעגנהייט האָט מאָטעק ליכטענשטיין אַמאָל געפּועלט ביי 
אַן עס-עס-אָפיציר, אַז ער זאָל אויסמעקן פון דער ליסטע פון מוזולמענער 
עטלעכע נומערן פון מענטשן, װאָס זענען אַ טאָג פריער פאַרשריבן גע- 
װאָרן צו דער גאַזדקאַמער. 


ווען איך האָב אין אַן אַנדער אָרט שוין געשריבן וועגן דעם פאַל 
פון אַלבערט דאַװידאָװויטש, וועלכער לעבט היינט אין פּאַריז, אַז זיין 


83 


יוסף ויינבערג 


נומער, װאָס איז שוין געװען פאַרשריבן צו דער גאַזיקאַמער, איז 
פאַרלוירן געגאַנגען, פון דער ליסטע, איז דאָס זיכער נישט געווען קיין 
צופאַל און אויך נישט קיין איזאָלירטער פאַל. פאַר אַזאַ ,פאַרלירן" דעם 
נומער האָט מען אין דער קליידער-קאַמער באַצאָלט מיט אויסזוכן שיינע 
קליידער פאַר אַ געליבטער פון אַן עס-עס-מאַן. צוליב דעם איז נויטיק 
געווען, אַז דאָרט זאָל זיך געפינען אַ פאַרטרוילעכער און פּאַסיקער 
מענטש. אויב ס'איז דערצו נויטיק געווען צו קענען שננידעריי אָדער 
שוסטעריי האָט מאָטעק ליכטענשטיין זיך פאַרשריבן אַלס שניידער און 
שוסטער, און זיין ווילן צו העלפן זיינע ברידער איבערצולעבן דעם 
גיהנום האָט ביי אים אַרויסגערופן די אינטעליגענץ און די פעאיקייט 
צו באַהערשן די געהעריקע פאַכן און אויספירן זיין אַרבעט בשלמות. 


איך האָב שוין דערציילט וועגן צבי דאַנציגער, װאָס פון אַ בוי- 
אינזשיניער איז ער געװאָרן אַ פעלשער פון בוכהאַלטאָרישע חשבונות 
פון דער אויסגעפירטער אַרבעט, אַן ענין, װאָס איז געווען פון גאָר אַ גרוי- 
סער באַדײיטונג פאַרן דערהאַלטן ביים לעבן צענדליקער שװאַכע ברידער 
אונדזערע. 


איך אַליין בין געווען דער ערשטער געאָמעטער אין לאַגער, אַ פאַך, 
װאָס איך האָב זיך קיינמאָל נישט געלערנט. מיינע חברים וייסן װאָס 
פּאַר אַ גרויסע מעגלעכקייטן דאָס אויספירן אָט דאָס פּאַך האָט מיר 


געגעבן לטובת אונדזער געמיינזאַמער רעטונגס-טעטיקייט. 


איך וויל נאָך דערציילן וועגן אַן אַנדערן עפּיזאָד, װאָס קאָן אילו- 
סטרירן דעם פאַקט פון אַן אויסערגעויינלעכער אַנטװיקלונג פון דער 
אינטעליגענץ און מענטשלעכע פעאיקייטן אין די אויסטערלישע באַ- 
דינגונגען. 


דער טאָגיטעגלעכער סדר אין לאַגער איז געוען אַזאַ: 
אין דער פרי האָט געקלונגען דער גלאָק, רופנדיק די מענטשן 
אויפצושטיין. מען האָט געמוזט שנעל פאַרבעטן די געלעגערס, לויפן 


84 


אַטרער און אַ תפילה 


זיך וװאַשן, זיך אָנטוען. עסן דאָס פּאָסנע שטיקל ברויט, װאָס ער 
האָט באַקומען מיט דער קאַװע און לויפן שנעל צום אַפּעל. דאָרט האָט 
זיך אָנגעהויבן אַ נייער חשבון פון דער ציט. יעדע קאָמאַנדאָ האָט 
געציילט בערך צויי הונדערט מענטשן. דער קאָמאַנדאָ-שרײבער האָט 
געמוזט פאַרשרייבן יעדן טאָג די נומערן פון אַלע מענטשן, װאָס זענען 
אַרױס צו דער אַרבעט. דאָס איז געווען אַ גאָר פאַראַנטװאָרטלעכע פונק- 
ציע, ביי וועלכער עס האָט געדראָט מיט טויט, אויב מען װאָלט געמאַכט 
אַ טעות אין דעם חשבון, אָדער אין פאַל פון פאַרלוירן גיין פון אַ נומער, 
אָדער ווען עמעצער װאָלט אַנטלאָפן, צי עס װאָלט געװאָרן פאַרשריבן 
אַ פאַלשער נומער. אַזעלכע פאַלן װאָלטן געקאָנט שאַפן אַ פאַרפּלאָנטער- 
ניש אין אוישוויץ גופא, ווו עס איז געפירט געװאָרן יעדן טאָג אַ גענויער 
חשבון פון די מענטשן, װאָס גייען אַרױס צו דער אַרבעט. עס זענען 
געווען פאַלן, ווען אַ קאָמאַנדאָ איז אַרױס צו דער אַרבעט און ס'איז געווען 
ביי איר פאַרשריבן אַ מענטש וויניקער װי ס'איז פאַקטיש געװוען די 
צאָל. איז בכדי דער חשבון זאָל שטימען האָבן די עס-עס-לייט דער- 
הרגעט דעם איבעריקן מענטש. 


דערפאַר האָט מען די דאָזיקע אַרבעט געדאַרפט אויספירן מיט דער 
גרעסטער אחריות און פּינקטלעכקײט. אָבער דאָס פאַרשרייבן אַ צויי 
הונדערט מענטשן אין דער פרי האָט געדויערט אַ גוטע שעה. דאָס 
הייסט, אַז אויב די קאָמאַנדאָ האָט געדאַרפט זיך שטעלן צו דער אַרבעט 
אַכט אַ זייגער האָבן די מענטשן געמוזט אויפשטיין קנאַפּע דריי שעה 
פריער, דאָס הייסט, פינף אַ זייגער פאַרטאָג. אַזױ אַרום זענען די מענטשן 
שוין געגאַנגען צו דער אַרבעט נישט-אױיסגעשלאָפענע און אויסגע- 
מאַטערטע. 


האָב איך אין אַ געוויסן טאָג איבערגענומען דאָס צוגרייטן אין דער 
פרי אַלע קאָמאַנדאָס. מיין אַרבעט איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס איך 
האָב זיך אויסגעלערנט פון אויסנווייניק די נומערן פון אַלע מענטשן 
און ווען זיי האָבן זיך אויסגעשטעלט צום אַפּעל בין איך שנעל אַדורכ- 


85 


יוסף ויינבערג 


געלאָפן די רייען פון די אויסגעשטעלטע ,פינפטלעך" און כ'האָב פאַר- 
צייכנט אין געדאַנק זייערע נומערן. ווען דער עס-עס-פירער איז געקומען 
האָב איך געמאָלדן װעגן דער צאָל מענטשן פון יעדער קאָמאַנדאָ און 
כ'האָב זיך באַלד אַנידערגעזעצט אויף דער שװעל פון אלתר בריקנערס 
בלאָק אויפצושטעלן פון זכרון די נומערן פון די מענטשן פון יעדער 
קאָמאַנדאָ. מיט אַ שעח שפּעטער איז די ליסטע אַװעק קיין אוישויץ. 


דאָס האָט געגעבן אַ מעגלעכקײט, אַז די מענטשן זאָלן אויפשטיין 
פון זייערע פּריטשעס מיט אַ גוטער שעה שפּעטער וי געוויינלעך און זיי 
זאָלן זיין װייניקער אויסגעמאַטערט צום גיין צו דער אַרבעט. 


אַזעלכע פאַלן פון זוכן צו פאַרלייכטערן די געפאַנגענע אין לאַגער 
האָבן מיר געהאַט זייער אָפט. יעדער איינער אויף זיין פּאָסטן און ביי 
זיינע אויפגאַבן האָט ביי זיך אַנטדעקט אויסערגעויינלעכע איינפאַלן, 
פעאיקייטן און אינטעליגענץ, וועגן וועלכע ער װאָלט אין נאָרמאַלע 
באַדינגונגען קיינמאָל וועגן זיי נישט געחלומט און װאָס פאַר אונדז, די 
לעבן-געבליבענע פון לאַגער, איז דאָס ביז צום היינטיקן טאָג נישט צו 
באַנעמען. עס איז ממש פאַר אונדז נישט צו גלויבן, אַז דאָס זענען טאַקע 
מיר באמת געווען ביכולת צו טאָן. 


4 8 
4 


אין בירקענוי האָט אײינמאָל פּאַסירט אָט אַזאַ אויסטערלישער פאַל: 

דער עס-עס-דאָקטער איז אין אַ געוויסן טאָג געקומען אַדורכפירן 
אַ סעלעקציע. עס זענען פאַרשריבן געװאָרן צו דער גאַזדקאַמער די אַלע, 
װאָס ער האָט אָפּגעשאַצט אַלס מוזולמענער. ווען דער עס-עס-דאָקטער 
האָט זיך צוריק אַריינגעזעצט אין זיין אױטאָמאָביל בכדי אָפּצופאָרן פון 
דעם סעלעקציע-פּלאַץ, האָט זיין אויטאָ נישט געקאָנט רירן פון אָרט. 
האָבן די אַלץ-ווייסער פון לאַגער: עטלעכע קאַפּאָס און בלאָק-עלטסטע 
פּרובירט צו פאַרריכטן דעם אױטאָ און דאָס האָט זיך זיי נישט איינגע- 
געבן. דער אָפיציר איז געװען מלא כעס. ער האָט זיך געאיילט און 


86 


אַ טרער און אַ תפילה 


נישט געקאָנט אָפּפאָרן. די אונטערטעניקע מכלומרשטע אַלץ-קענער האָבן 
זיך אַרױסגעװיזן פאַר טויגעניכטסן. דעמאָלט האָט זיך צום אױטאָ דער- 
נענטערט אַ מוולמאַן, װאָס איז נאָר-װאָס פאַרשריבן געװאָרן צו דער 
גאַזדקאַמער, אויף דער אָנװוייזונג פונעם עס-עס-דאָקטער, און פאַרלאַנגענ- 
דיק, אַז מען זאָל אים צולאָזן צום אױיטאָ, האָט ער גענומען דרייען פאַר- 
שידענע שרייפלעך אינעם מאָטאָר און אין עטלעכע מינוט אַרום איז 
די מאַשין געלאָזט געװאָרן אין באַוועגונג, צו דער שטוינונג און קנאה 
פון די אַרומיקע. 


דער עס-עס-דאָקטער האָט געװאָרפן אַ בליק אין דער ליסטע פון 
די פאַרשריבענע צו דער גאַזיקאַמער און געפינענדיק אין איר דעם 
נומער פון דעם מוזולמאַן האָט ער אים אויסגעמעקט פון דער רשימה 
פון די צום טויט-פאַרמשפּטע. 


טוענדיק דאָס, איז דער עס-עס-דאָקטער זיכער נישט אַרױסגעגאַנגען 
פון הומאַניטאַרן שטאַנדפּונקט, נאָר גיכער פונעם ניצלעכן, אַז מען קאָן 
נאָך דעם מוזולמאַן אויסניצן אין געוויסע פאַלן און אַז דער לאַגער קאָן 
נאָך דאַרפן אָנקומען צו זיינע קענטענישן פון אַ מעכאַניקער. 


שפּעטער, ווען דער עס-עס-דאָקטער איז שוין געהאַט אַװעקגעפאָרן 
אין זיין פאַרריכטן אױטאָ, האָט זיך אַרױסגעויזן, אַז דער ניצול-געװאָ- 
רענער מוזולמאַן האָט אין זיין לעבן קיינמאָל נישט געהאַט צו טאָן מיט 
קיין אויטאָ און אַז ער האָט אַפילו קיין אויטאָ נישט געקאָנט פירן. 


אָט די פאַקטן, װי אַ סך אַנדערע פון דעם מין, זענען נישט פון 
קיין קליינער באַדייטונג. זיי זענען נישט קיין באַװייז פון וועלכער עס 
איז העלדישקייט; זיי זענען אויך נישט געווען כאַראַקטעריסטיש בלויז 
פאַר אונדזער לאַגער. יעדער געוועזענער דעפּאָרטירטער, װאָס איז ניצול 
געװאָרן פון אַ פאַרניכטונגס-לאַגער, ווייסט צו דערציילן וועגן אַזעלכע 
פאַלן. אויב איך דערצייל וועגן מיינע איבערלעבונגען אין דעם ספּעציעלן 
לאַגער, איז דאָס בכדי צו אילוסטרירן אַ דערשיינונג, װאָס האָט זיך אָפט 


81 


יוסף ויינבערג 


מאָל באַװיזן אין אָנבליק פון טויט און װאָס איז אימשטאַנד געווען צו 
װועקן ביים יחיד אָדער אַפילו ביים כלל באַהאַלטענע אינטעלעקטועלע 
אָדער פיזישע כוחות פון מענטשלעכן זשעני. די סיבות פונעם אַנטשטין 
פון די דאָזיקע כוחות האָבן זיך געפונען אין אַן אינדיווידועלן אָדער 
קאָלעקטיוון אַטאַװיזם פון לעבן. ערגעץ אין די טיפענישן פון מענטש- 
לעכן מוח אָדער נשמה האָבן זיך אָנגעזאַמלט אָפּגעזונדערטע איבערלע- 
בענישן פון דער פאַרגאַנגענהײט און געשאַפן אַ גאַנצקײט, װאָס האָט 
סטימולירט דעם לעבנס-ווילן. 


דאָס האָט זיך אָפט מאָל באַװויזן ביי מענטשן, װאָס האָבן געװאָלט 
קעמפן פאַר דער דערהאַלטונג פון זייער אייגן לעבןן. אָפט איז דאָס 
געווען אַ דערשיינונג ביי מענטשן, װאָס עס האָט זיך געװעקט ביי זי 
אַ קאָלעקטיווער אַטאַװיזם צו העלפן נישט בלויז זיך, נאָר אויך זיינע 
גאָר נאָענטע מיטמענטשן און אחים לצרה. אַ מאַמע איז, צום ביישפּיל, 
פעאיק געווען אויפצווועקן אין זיך אַזאַ מין כוח און אָפּפערװיליקײט 
בכדי צו דערהאַלטן ביים לעבן איר קינד. אין לאַגער האָט דאָס אָפט 
געטראָפן, אַז ביי אַ מוזולמאַן האָט זיך מיטאַמאָל אויפגעװװועקט, צוליב 
מיסטעריעזע סיבות, דער ווילן צום לעבן, וועלכן ער האָט שוין פריער 
געהאַט פאַרלוירן. ער האָט זיך דערמאָנט און מיטאַמאָל גענומען גלויבן, 
אַז ערגעץ-ווו װאַרט אויף אים אַ גאָר נאָענט װעזן: אַ קינד אָדער 
אַ געליבטע. צוזאַמען מיט אָט דעם גלויבן האָבן זיך צונויפגענומען ביי 
אים די כוחות פון אינטעליגענץ, פון בטחון און מסירת-נפש, װאָס האָבן 
אים דערלויבט צו דערהייבן זיך איבער דעם איגענעם ;איך" און צו 
דערפילן מעשים, צו וועלכע ער װאָלט קינמאָל אין זיין נאָרמאַלן לעבן 
נישט פעאיק געווען. 


איך האָב אמונה, אַז די דאָזיקן כוחות, די דאָזיקע אינטעליגענץ, 
די שכלדיקייט און זשעני זענען נישט געװוען ביי אים בלויז אַ פּועל- 
יוצא פון דער דערפאַרונג פון זיין אייגענער פאַרגאַנגענהײט, נאָר אויך 
פון אַ גאַנצער קייט פון דורות, פון וועלכע ער איז אַרױסגעקומען, און 
פון זיין אָפּשטאַם. 


88 


אַ טרער און אַ תפילה 


אין דער צייט ווען ביי אונדז האָבן זיך געװועקט איבערמענטשלעכע 
אַטאַװויסטישע כוחות, װאָס זענען געקומען צו אונדז פון וייטן עבר, און 
זענען געווען מסוגל צו שטאַרקן אונדז אין געראַנגל פאַר אויפהאַלטן 
דאָס לעבן, בין איך געקומען צו דער איבערצייגונג, אַז ביים צווייטן צד 
אַרום אונדז, דעם צד פון דער רציחה און רשעות, האָבן זיך אויך געװועקט 
אַטאַװויסטישע כוחות, אָבער דאָס זענען געווען דעמאָנישע כוחות צום 
פאַרניכטן דאָס לעבן, וועלכע זענען געקומען פון שלעכטע, וילדע אינ- 
סטינקטן, װאָס האָבן געװאָרצלט אין דער ווייטער פאַרגאַנגענהייט און 
זיך אַנטװיקלט בהדרגהדיק. זייער איצטיקער הױכפּונקט איז געווען די 
גאַזדקאַמער און די קרעמאַטאָריע. און דער דאָזיקער צונויפזאַמל פון 
אינסטינקטן האָט געהאַט אַ קאָלעקטיון כאַראַקטער, װאָס האָט זיך 
אַריבערגעטראָגן אויך אויף דעם יחיד. אין דעם פאַל איז דאָס געווען 
דער בייזער געניוס פון אַ גאַנצער דורותדיקער קייט פון דער פאַרגאַנ- 
גענהייט און פון אָפּשטאַם. 


מיין חוב צו דערפילן זייער צוואה 


איך האָב געהאַט די זכיה און דאָס גליק איבערצולעבן די דייטשע 
פאַרניכטונגס-לאַגערן. אין מינוטן פון חשבון-הנפש זוך איך די סיבה 
פאַרװאָס און מיט װאָס איך האָב זוכה געווען צו דעם, בעת מיליאָנען פון 
אונדזערע שוועסטער און ברידער זענען אַזױ אכזריותדיק פאַרשניטן גע- 
װאָרן. עס ליגט אויף מיר דער חוב אָפּצוהיטן זייער צוואה און צו זיין 
דער עדות פון זייער אומקום פאַרן העכסטן בית-דין פון גערעכטיקייט. 


89 


יוסף ויינבערג 


די יונגעלייט װאָס מיר האָבן זיי געשענקט אונדזער צוטרוי און זיי 
איבערגעגעבן אין זייערע הענט דעם גורל און דאָס מציל זיין דאָס 
לעבן פון עטלעכע הונדערט יידן, האָבן זייער חוב און שליחות אויסגע- 
פירט בשלמות, מיט מסירת-נפש, געטריישאַפט און איבערגעגעבנקייט. 
פון די אַלע יידן, װאָס זענען געברענגט געװאָרן מיטן טראַנספּאָרט פון 
לאָדזש צו אונדז אין לאַגער אַרײן מיט אַ טײיװלאָנישן פּלאַן זיי צו פאַר- 
ניכטן, איז ביז צו דער ליקװידאַציע פון לאַגער קיין איינער נישט אומ- 
געקומען, קיין איינציקער ייד איז נישט געשטאָרבן: די שװאַכע זענען 
געשטאַרקט געװאָרן און די קראַנקע זענען געזונט געװאָרן. 


און אין אָט דעם גיגאַנטישן און נישט-גלייכן געראַנגל צװוישן דודן 


-- יידישע בחורים פון די זאַגלעמביער שטעטלעך -- און גלית -- דעם 
דייטשן רוצח -- האָבן מנצח געווען אין דעם פאַל די יידישע קינדער. 


90 


ואעבר עליך ואראך מתבוססת בדמיך, 
ואמר. 6ר+ בהמיך /י. זאמע. 0 
=המיה װיף 

(יחזקאל ט"ז,ו') 


און איך פ'ן פאהב גענאננען קעפן 
דיה און אי װאָב דיך 2עקשהר הור 0 
װאַלגערסט זיך אין דיין בלוט און איך 
האָב דיה גשאָגט;. אי הי השןט 
זאלסטו לעב, און איך הָאָב דיר גע- 
זאָגט: אין דיין בלוט זאָלסטו לעבן 


1 


צ וו "טע ט"ײ? 


זער טויט און דאק יעכן 


93 


אַ טרער און אַ תפילה 


חברה קדישא 


ווען איך בין געווען אַ קליין יינגל אין מיין שטעטל אין גאַליציע 
האָב איך מורא געהאַט פאַרן טויט. אַז מען האָט געטראָגן אַ בר-מינן 
איבערן גרויסן מאַרק-פּלאַץ, אָדער דורך אַ שמאָל געסל, האָב איך פאַר 
פּחד געקאָנט אַװעקפאַלן אין חלשות. 


ביי אונדז, וי אין אַלע אַנדערע יידישע שטעטלעך, איז אַ לויה 
דורכגעפירט געװאָרן אויף אַן אָפּגעשטאַנענעם אופן. דער בית-הקברות 
האָט זיך געפונען אויסער דער שטאָט, אַ קנאַפּע צויי קילאָמעטער 
אַװעק, און דעם בר-מינן האָבן די מענטשן פון דער חברה קדישא גע- 
טראָגן אין אַ נישט-פאַרמאַכטן ארון אויף די אַקסלען. פרויען, װאָס 
האָבן נישט געהאַט דאָס רעכט אַריײנצוגיין אין בית-הקברות, זענען 
נאָכגעגאַנגען דעם ארון אַ היפּש שטיקל וועג און זיי האָבן, וי געוייג- 
לעך, געוויינט, 


שוין דאָס דאָזיקע געויין און דאָס אויסרופן דעם ;צדקה תציל 
ממוות" האָט אַרוסגערופן ביי מיר אַ געפיל פון אימה און גורם געווען 
אין מיר אַ מצב פון חלשות. 


מיין מוטער חנה-דבורה ע"ה איז געװען אַ פרומע יידישע פרוי, 
װאָס האָט, וי אַ סך אַנדערע יידישע מאַמעס, געהאַט איר אופן פון דער- 
ציען אירע קינדער. דאָס איז אויך געווען חל אויף מיר. און ווען איך 
בין געװאָרן בר-מצוה האָט מיין משפּחה באַשלאָסן, בכדי אױיסצוװואָרצלען 


פון מיר דעם פּחד פאַרן טויט, מיך צו פאַרשרייבן אין דער חברה קדישא. 


95 


יוסף ורינהערג 


מיין מוטער האָט זיך אָבער בלויז מיט דעם נישט באַגנוגנט. עס איז 
פאַר איר נישט געװען גענוג דאָס װאָס איך האָב אָנגעהױבן באַ- 
גלייטן די בר-מיננס צום בית-הקברות: װוען עס איז געווען אַ מת אין 
שטאָט האָט זי מיך, אַ יינגל פון קוים איבער דרייצן יאָר, אָנגענומען 
ביי דער האַנט, מיך צוגעפירט צו דער טיר פון הויז, װו עס איז פאָרגע- 
קומען די טהרה און מיך מיט געװאַלד אַרײנגעשטופּט אין שטוב. 


מיין פאָטער װאָלף ע"ה, האָט נישט אין גאַנצן צוגעשטימט צום 
דאָזיקן אופן פון דערציען מיך. אָבער עס איז דאָך באַװוסט, אַז אין 
דעם ענין פון דערציען די קינדער האָט די מוטער מער געהאַט צו זאָגן 
װי דער פאָטער. 


איך האָב אויפגעהערט אַװעקצופאַלן אין אָנמאַכט אין אָנבליק פון 
אַ לוויה אָדער פון אַ מת, און מיט דער צייט בין איך געװאָרן אַ גוטער 
חברה-קדישא-מאַן. 


וי אַזױ מיין טבע פון פּחד פאַרן טויט אין מיינע קינדעריאָרן 
האָט זיך צו מיר גענומען ווייס איך אַליין נישט און עס איז מיר שווער 
דאָס אויפצוקלערן. אפשר איז עס געקומען צוליב דעם, װאָס מיטן טויט 
האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַגעגנט ביי אויסטערלישע אומשטענדן: 

ביים אויסברוך פון דער ערשטער ועלט-מלחמה בין איך אַלט 
געווען זעקס יאָר. עטלעכע טעג נאָכן אָנהױב פון דער מלחמה האָב איך 
זיך געשפּילט אין גאָרטן לעבן אונדזער הויז מיט מיין עלטערער שוועס- 
טער רויזעלע ע"ה. 


מיר האָבן געוווינט כמעט הינטער דער שטאָט און אונדזער הז 
איז געווען אָפּגעזונדערט פון די אַנדערע הייזער. 


מיטאַמאָל האָבן מיר דערזען לעבן אונדז צוויי רייטערס. דאָס זענען 
געווען צוויי קאָזאַקן. פאַר גרויס שרעק זענען מיר ביידע קראַנק געװאָרן. 
מיין שװועסטער, װאָס איז געווען מיט צויי יאָר עלטער פון מיר, איז 
פון איר קראַנקהייט נישט געקומען צו זיך, און מיט עטלעכע טעג 


6 


אַ טרער או אַ תפילה 


שפּעטער האָט זי אויסגעהויכט איר נשמה. אַזױ האָט דער טױט צום 
ערשטן מאָל אַרויפגעלייגט זיין חותם אויף מיר. 


8 

ווען איך טראַכט וועגן מיינע שפּעטערדיקע יאָרן, דער עיקר ועגן 
די יאָרן פון דער צוייטער וועלט-מלחמה און די תקופה פון גרויסן 
יידישן חורבן, דאַכט זיך מיר, אַז די שליחות פון אַ חברה-קדישא-מאַן 
האָט מיך באַגלײיט די גאַנצע צייט אויף מיין ליידנס-וועג. דעם טויט האָב 
איך שטענדיק געזען אויף יענער זייט, מחוץ מיינע דלד אמות. צו מיר 
האָט ער װי נישט געהאַט קיין שייכות. אפשר ליגט אין דעם דאָזיקן איינ- 
זען אַ גרויסער סוד פון לעבן? איך בין נישט אימשטאַנד צו געבן אויף 
דעם קיין ענטפער. און אפשר איז שוין דער ענטפער געגעבן געװאָרן? 
דאָך גלויב איך, אַז עס איז כדאי וועגן דעם צו דערציילן פאַר היינט 

און פאַר מאָרגן. 


ביים אויסברוך פון דער צוייטער וועלט-מלחמה אין יאָר 1929 
האָב איך געװוינט אין לעמבערג. איך האָב זיך פאַרשריבן אין דער 
אַזױ גערופענער ציווילער דינסט. זי איז באַשטאַנען אין גראָבן אָקאָ- 
פּעס און אין פאַרשידענע טעכנישע אַרבעטן פון לופט-שוץ. 


אין אַ געוויסן טריבן פאַרטאָג נאָך אַ נאַכט פון שווערע באָמבאַר- 
דירונגען האָט מען אונדזער מחנה פון עטלעכע צענדליק מענטשן אַרױס- 
גענומען פון די בעטן און אונדז אַוועקגעפירט אין דעם גאָרטן, װאָס האָט 
זיך געפונען אין מיטן דער שטאָט. אין דרויסן איז נאָך געווען פינצטער, 
אָבער ביים ראַנד פון הימל האָט שוין געבלייכט דער טאָג. 


עס האָט זיך אַרױסגעויזן, אַז אַן אַרטילעריע-אײנהייט פון דער 
פּױלישער אַרמײ האָט זיך בינאַכט אינסטאַלירט מיט אירע האַרמאַטן 
װאָס זענען געשלעפּט געװאָרן דורך פערד, אין דעם גרויסן גאָרטן. די 
דייטשן, װאָס האָבן אין דער זעלבער נאַכט אַרומגערינגלט די שטאָט 
האָבן לאַנגע שעהען באָמבאַדירט דעם גאָרטן. אונדז, די מענטשן פון 


97 


יוסף וויינבערג 


דער ציווילער דינסט, האָט מען געברענגט אַהער אין דער פרי בכדי 
צו באַגראָבן די טויטע. כמעט אַלע זעלנער פון דער אַרטילעריע-איינהייט 
זענען אומגעקומען דורך די באָמבאַרדירונגען. דער גאָרטן האָט פאָרגע- 
שטעלט מיט זיך אַ בילד, װאָס איז אוממעגלעך צו באַשרײיבן. די צווייגן 
פון די ביימער זענען ביז גאָר הויך געווען באַהאָנגען מיט שטיקער 
לייבער פון מענטשן און פון פערד. מיר האָבן אױסגעגראָבן אַ גרויסן 
גרוב און אין אים אַרינגעװאָרפן די שטיקער לײיבער פון די זעלנער 
און פון די פערד. 


די דאָזיקע פּיינלעכע אַרבעט האָט ביי אונדז געדויערט ביז שפּעט 
נאָך מיטאָג. מיר, די באַגרעבער, זענען באַשטאַנען פון אַ פופציק מענטשן. 
אַ סך פון אונדז האָבן נישט געקאָנט פאַרטראָגן די דאָזיקע ערשטע 
שרעקלעכע רעאַליטעט פון קריג, פאַר וועלכער מיר זענען געשטעלט 
געװאָרן פּנים אל פּנים. עס זענען געװוען אַ סך פאַלן פון חלשות און 
אָנמאַכט. עס איז מיר פּערזענלעך אויסגעקומען צו לויפן פון די טויטע 
צו די לעבעדיקע, בכדי זיי צו וועקן און מינטערן פון חלשות. איך בין 
צו דער דאָזיקער טאָפּלטער שרעקלעכער באַשעפטיקונג נישט געוען 
דער איינציקער, און דאָך האָב איך לויט די רייד און די געשרייען פון 
די אַרומיקע געפילט, אַז מיין רעאַקציע איז געווען אַן אַנדערע. דעמאָלט, 
אין יענע רגעס, האָב איך זיך וועגן דעם נישט אָפּגעגעבן קיין דין- 
וחשבון ; מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב זיך אַרײנגעטראַכט אין דער 
דאָזיקער טראַגישער געשעעניש פון מיין לעבן און כ'האָב פּרובירט 
אויפלעבן פאַר מיר די קאָשמאַרפולע בילדער פון יענעם טריבן פרי" / 
מאָרגן אין לעמבערגער גאָרטן, האָט זיך מיר אױיסגעדאַכט, אַז מיין 
אַזױ צו זאָגן חברה-קדישא-דערציאונג האָט אין מיר אַרויסגערופן דע- 
מאָלט אַזאַ אויסטערלישע אַנדערשדיקע רעאַקציע. 

בשעת דער מלחמה און דער עיקר אין דער צייט פון די היטלער- 
רדיפות איז מיר אויסגעקומען כסדר אָנצוטרעפן זיך מיטן טויט. און 
שטענדיק האָב איך אים געזען פון דרויסן, אויף דער צוייטער זיט; 
שטענדיק האָב איך זיך באַצױגן צום טויט װי אַ חברה-קדישא-מאַן און 


98 


אַ טרער און אַ תפילה 


כ'האָב געהאַט דאָס געפיל, אַז איך פיר אויס לגבי די טויטע אַ שליחות 
פון חסד של אמת, פון ?שלא על מנת לקבל פּרס", פון אַן אַקט אָן 
באַצאָלונג און אָן באַלױנונג. 

אַפילו אין די רגעס ווען דער טויט איז געשטאַנען פאַר מיר, אָדער 
ווען איך בין געשטאַנען קעגנאיבער אים אַלײן, פּנים אל פּנים, האָב איך 
אויך דעמאָלט זיין אָנועזנהייט נישט אָנגענומען. פאַר מיר איז דאָס 
געווען װי דער טויט װאָלט מיך נישט אָנגעגאַנגען, װוי ער װאָלט מיר 
נישט געווען נוגע. 

אַזעלכע פאַלן זענען געווען גאָר, גאָר אָפט. צו דערציילן וועגן זי 
דאָס איז נישט איצט מיין ציל. אַ טייל פון זיי האָב איך שוין באַשריבן 
אין אַ פריערדיק בוך מיינס. אויב איך דערמאָן איצט ווידער יענע פאַלן 
איז דאָס מיטן ציל צו באַהאַנדלען אַ פענאָמען, װאָס אַנדערע האָבן זיכער 
אויך אין משך פון די שרעקלעכע יאָרן איבערגעלעבט. איך רעד מיר 
נישט איין, אַז איך בין געווען אַ יחיד במינו איבערצולעבן די מוראדיקע 
נסיונות. 

אפשר ועט אַמאָל עמעצער קומען און זיך אָפּגעבן מיטן דאָזיקן 
פענאָמען בכדי צו געפינען אַן אויסטייטש פאַר אים. איז דאָך די גאַנצע 
רשעות און אכזריות פון דער היטלער-תקופה אַ פענאָמען אין דער 
גאַנצער מענטשלעכער געשיכטע, װאָס װועט נאָך דאַרפן דערפאָרשט 
ווערן. 


מיטן טויט פּנים אל פּנים בעת דער נאַצישער הערשאַפט 
װידער טרעף איך זיך אָן אויפן טויט צום ערשטן מאָל שוין בעת 


דער היטלער-הערשאַפט. דעם דאָזיקן צונויפטרעף האָב איך באַשריבן אין 
מיין בוך ,צװוישן גאָט און פענריר" אָט וי אַװ: 


99 


יוסף ויינבערג 


עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ קעלער-לעבן. 


יעדער שאָרך, יעדער גערודער, יעדער קלאַפּ, יעדער קלאַנג דער- 
מאָנט אין טויט, װאָס דערנענטערט זיך -- האַלט מיך שטאַרק! האַלט 
פעסט מיינע הענט, טייערע צירעלע! אַזױ-אָ צוגעדריקט צו דער נאַסער 
ערד פון קעלער ועלן מיר ליגן צזאַמען. דאָ װעט דער טױט נישט 
קומען! 


איר האַרץ קלאַפּט האַסטיקער. איך פיל דעם ריטם פון איר דופק. זי 
איז אומרואיק. זי ליבט מיך און גלויבט מיר. זי קאָן אָבער נישט פאַרגעסן, 
אַז איר חברטע איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד און איז שוין אויף דער 
צווייטער זייט --- זי איז שוין גליקלעך... 


ביינאַכט װעקט זי מיך: -- זאָג נאָר, מיין ליבער, אפשר האָסטו 
מורא פאַרן טױט? אפשר איז דאָס דער כוח פון לעבן, װאָס לאָזט דיך 
נישט באַגיין קיין זעלבסטמאָרד? אפשר איז דאָס דער כוח פון טױט, 
פאַר װעלכן דו שרעקסט זיך? 


--- דו גלויבסט נישט מער אין מיר, צירעלע? צי האָסטו מיך 
נישט ליב ? 


אומעטום איז אַזױ קאַלט. דאָס קעלער-לעבן איז גריזאַם. קאַלט, 
װי די קאַלטע וינטן אין דער טייגע. קיין פונק װאַרעמקײט. אין דער 
ערד, אַ פּאָר איילן טיף איז װאַרעם און זיכער; דאָרט װעט קיינער נישט 
קומען. דאָרט װעט אויפהערן די אביקע שרעק. דער ביטערער געיעג 
נאָכן לעבן, װאָס האַלט אין איין אַנטלויפן פון אונדז. 


צירעלע וויל נישט זיין דאָס שפּילצײיג פון דער בלוטיקער חיה-רעה. 
זי לעכצט נאָך זיכערקייט, בענקט צו דער מוטער-ערד. 


-- מיין האַרץ איז װאַרעם, טײיערע! איך האָב אַזױ פיל װאַרעמ- 
קייט דערין! אַלץ שענק איך דיר אַװעק. גיב מיר, אויך דו, די װאַרעמ- 


100 


אַ טרער און אַ תפילה 


קייט פון דיין האַרץ. זי איז מיר נויטיק פאַר מיין קאַמף. עס װעט 
קומען אַ טאָג און דאָס קעלער-לעבן װעט אויפהערן. אין דרויסן שיינט 
די זון. זי שיינט פאַר אַלע. פאַרװאָס זאָל זי נישט שיינען אויך פאַר 
אונדז? 


און אַזױ פירט דער טױט אַ געראַנגל מיט דעם לעבן. דער טױט 
לאָקט מיט דער װאַרעמקײט פון דער ערד... און דאָס לעבן?... 


דאָס האַרץ פון אַ לעבעדיקן מענטש איז װאַרעם. די זון שיינט 


און װאַרפט אירע שטראַלן ; אַמאָל פאַרפעלט זי, אַמאָל באַשענקט זי מיט 
איר ליכט. 


װאַרטן! נישט אַנטלױפן! די זון װעט קומען! 


אין דער פרי איז ליכטיק. טויזנטער יידן זענען אומגעקומען אין 
אַ גרוב הינטער דער שטאָט ליגן זיי. צװישן די ערשטע קרבנות -- 
דער רב, דער רועה צאן 


אַ שווערער װאָלקן דערדריקט דאָס יידישע לעבן. דאָס אַלץ זעט 
אויס װי אַ װויסטער קאָשמאַר. מען וויל זיך רירן, און מען קאָן נישט; 
מען וויל אַנטלויפן און מען איז צוגעשמידט צום אָרט. 


װי די שאָטנס גנבעט מען זיך אַריבער איינער צום צוייטן, כדי 
צו הערן אַ גוט װאָרט. מ'שאַרט זיך, צוגעדריקט צו דער װאַנט, װוי מען 
װאָלט געװאָלט פאַרווישן די אייגענע עקזיסטענץ, כדי קיינער זאָל דעם 
קרבן נישט באַמערקן. און דאָך קומט דער טויט, שטיל הויכט מען אויס 
די נשמה. שטיל גיסט זיך יידיש בלוט. עס ברויזט נישט, עס זידט נישט, 
עס מאָנט נישט קיין נקמה. 


גיין פון איין הויז אין צווייטן באַדייט איינשטעלן דאָס לעבן. דער 
טוט קומט אָבער אויך אין שטוב אַריין. ער קומט הינטער די פאַרלייגטע 
און פאַרשטעלטע פענצטער; באַווייזט זיך אין די שטובן, פון װאַנען 


101 


יוסף וויינבערג 


ס'דערגייט נישט קיין קול, ווו מענטשן פירן אַ לעבן פון סודות, פון 
איינרוימען אין אויער, כדי נישט צו װעקן דעם... טויט. קינדער אין 
די וויגן פילן אים. צו װאָס זענען זיי געבוירן געװאָרן! 


אַ מאַמע שעלט איר אייגן קינד; זי שעלט זיך, װאָס זי האָט עס 
אויף דער װעלט געברענגט. הינטער יעדן פענצטער, הינטער יעדער 
טיר, ביי יעדן הויז און טויער ליערט ער: בײטאָג, װען מען זיצט 
אין אַ ווינקעלע באַהאַלטן און ביינאַכט, ווען מען שלאָפּט דעם קאָשמאַר- 
שלאָף, קומט ער -- דער טױיט. ער באַווייזט זיך קיינמאָל נישט, ווען 
מען װאַרט אויף אים. אַ מינוט פריער -- אַ מינוט שפּעטער... ער 


קומט! די סעודה האָט זיך אָנגעהויבן -- די קראָען װאַרטן. 


אין קעלערס, אין לעכער זיצן די אומגליקלעכע יידן און ציטערן 
פאַרן מאָרגן, פאַר דעם טאָג פון יאָרצײט פון פּעטליורען. 


די בלוט-דורשטיקע דינער גרייטן זיך אויך צו זייער גרויסן טאָג : אויף 
די גאַסן ווערן אַװעקגעשטעלט פּאַכאָלקעס (קנעכט, שקלאַפן). זיי וואַרטן 
בלויז אויף דעם צייכן, װאָס עס וועט זיי געגעבן וערן, בכדי אָנצוהייבן 
די שרעקלעכע שחיטה. זי װועט זיך דאַרפן אָנהײיבן איבער דער יידישער 
אינטעליגענץ. 


אין דעם דאָזיקן טאָג זינגען נישט די סאָלאָװײען. די בלעטעלעך 
אויף די ביימער באַװעגן זיך נישט: די בלומען אין די גערטנער האָבן 
אַראָפּגעלאָזט די קעפּלעך. דאָס איז דער טאָג פון די רוצחים. צו פּעט- 
ליורעס יאָרצײיט דערלאַנגט מען אויף דער ;װאַלהאַלאַי בלוט פון דער 
יידישער אינטעליגענץ. 


אָבער צו דער אַרבעט מוזן מיר גין, אין דער הים טאָרן מיר 
נישט בלייבן -- אין דרויסן לויערט דער טױט: אויף יעדן ראָג, הינטער 
יעדן טויער ואַרט ער אויף זיין קרבן. 


איך באַהאַלט זיך הינטער אַ געעפנטן טויער. די רוצחים האָבן זיך 


102 


אַ טרער און אַ תפילה 


מיטאַמאָל באַװיזן פון הינטן און פון פאָרנט; כ'האָב קוים באַװיזן צוריק- 
צוציען זיך. דאָס האַרץ קלאַפּט שטאַרקער. כ'האָב מורא, אַז מען זעט 
אַרױס פון הינטער דעם טױיער מיינע שיך. כ'באַמי זיך אָפּצורוקן, כדי 
זיי זאָלן נישט אַרױסשטעקן. מיין גוף איז צוגעקלעפּט צו דער װאַנט, 
די נערוון זענען אָנגעשטרענגט ביז גאָר. די מערדער שטייען אויף דער 
צווייטער זייט. צװוישן מיר און זיי איז פאַראַן בלויז דאָס טויער, דאָס 
שטיק האָלץ. טאָמער גיבן זיי אַ קוק אַרונטער, בין איך פאַרלוירן. 


שטיי איך אַזױ אַ גאַנצן טאָג ביז ס'ווערט װידער שטיל. איך הער 
נישט מער קלאַפּן די שטיוול. פאָרזיכטיק רוק איך זיך אַפער פון הינ- 
טערן טויער. אין דער שטילקייט הער איך קלאַפּן מיין האַרץ נאָך 
שטאַרקער, װי עס װאָלט זיך געװאָלט אַרױסרײסן פון מיר, מיך פאַר- 


לאָזן. איך האַלט עס צו מיט אַלע כוחות. 


אפשר װעט דאָך געלינגען און איך על זיך דערשלעפּן ביז אַהיים, 
װו עס װאַרט אויף מיר מיין טײיערעו 


און אפשר װאַרט זי אויף מיר נישט מער 1 ס'איז דאָך געווען דאָרטן 
היינט אַזאַ ‏ שרעקלעכע שחיטה. 


אויף אַ ראָג האָט זיך מיטאַמאָל באַװיזן דער דייטש. וי פון דער 
ערד אױיסגעװאַקסן: דער העלם, די שטיול. איך בין פאַרלוירן! 

צי װעט עמעצער ויינען איבער מיר 1 צי זיצט דאָרטן, דריי הייזער 
ווייטער, מיין ליבע, און װאַרט אויף מיר 1 אָדער צי גאָר װועלן מיר זיך 
באַלד טרעפן -- דאָרט?... 

אין דעם הויף פון אַ גרוי הויז ליגן זיי אויסגעלייגט איינער לעבן 
דעם צווייטן. אַלע פאַרזונקען אין אײיביקן שטילשווייגן. די האַנט פונעם 
רוצח האָט זיי שוין אַנטשויגן. זיי ליגן מיט די קעפּ פאַרװאָרפן אין 
אַ זייט. אַלע זענען טויט -- איך איינער בלויז לעב. 

איז מיר טאַקע באַשערט לעבן צו בלייבן! מען באַפעלט מיר 
אַראָפּצוציען די קליידער פון די הרוגים. די מערדער האָבן אויסגעקליבן 


103 


יוסף ויינבערג 


צו טויטן מענטשן, װאָס האָבן געטראָגן די בעסטע מלבושים. אַלע אַנ- 
דערע האָט מען פאַרשלעפּט אין װאַלד און זיי אומגעבראַכט דאָרטן, די, 
װאָס ליגן דאָ, זענען נישט געװאָרן פאַראומרײיניקט ביים דערהרגענען 
זיי, ווייל זיי האָבן געהאַט אויף זיך גוט אָנטועכץ. זייערע פּנימער זענען 
אויסגעקרומט, װי זיי װאָלטן אַלע אָפּגעסמט געװאָרן, בכדי נישט צו 
פאַרשמירן די בגדים זייערע. 

איך צייל: 


-- אַ רעקל, אָ פּאָר הוין, אַ העמד... 


-- אַ רעקל, אָ פּאָר הויץ, אַ העמד... 
אַזױ צייל איך אָפּ ביז זעכציק. נישט מער וי זעכציק! 
זעכציק רעקלעך, זעכציק פּאָר הויזן, זעכציק העמדער. 


און לעבן דער קופּע אָנטועכץ: זעכציק ריינע הרוגים מיט פאַר- 
קרימטע פּנימער. קיין טראָפּן בלוט נישט אויף זיי, בכדי זייערע מלבושים 
זאָלן נישט פאַרשמירט וערן. 


דער מיטן העלם און די שטיוול קלויבט זיך אויס אַ שיינעם אָנצוג, 

-- הויב אים אויף -- זאָגט ער צו דעם צװייטן אין העלם און 
שטיוול -- דעם דאָזיקן אָנצוג שיק איך פאַר מיין ברודער. און יענעם, 
ראַט איך דיר, האַנס, זאָלסט דו נעמען: דיין פרוי װעט האָבן אַ שיינעם 
קאָסטיום, 


אַ גרויסער רעפלעקטאָר באַלײכט דעם הױף. צװישן די בגדים 
און די זעכציק טויטע שטיי איך און װאַרט... אַ האָפענונג דרינגט 
אַרײין אין מיין האַרץ; איך קוק אויף מיין אָנטועכץ: די אַרבל זענען 
אויסגעריבן, די הויזן געלאַטעט. די אין די העלמען און די שטיוול דאַרפן 


נישט אַזאַ אָנטועכץ װי מיינס... 


אין דער פרי בין איך װוידער ביי מיר אין שטוב. מיין טייערע װאַרט 
מער נישט אויף מיר -- זי װאַרט גאָר אויפן טױט, װאָס זאָל זי אויך 
צונעמען. זי איז זיכער, אַז צוזאַמען מיט די אַנדערע בין איך אויך 


104 


אַ טרער או אַ תפילה 


אומגעקומען. זי איז איצטער צו שװאַך, אַז זי זאָל זיך אַליין קאָנען דאָס 
לעבן נעמען. װאַרט זי אַזױ אויפן חסד פון טויט. 


װען איך עפן די טיר קוקט זי אויף מיר מיט איבערגעשראָקענע 
אויגן. עס דויערט עטלעכע רגעס ביז זי קומט צו זיך. זי ויינט פאַר 
גרויס פרייד װאָס זי זעט מיך אַ לעבעדיקן. וי לאַנג נאָך? היינט איז 
אין דרויסן רואיק. דערווייל כאַפּט מען נישט קיין יידן. 


+ + 
= 


איך בין איינער פון די זעכציק! 
דער באַגרעבער װאָס ווערט נישט באַגראָבן. 
די חברה קדישא װאָס בלייבט בכדי צו דערפילן איר חוב. 


דעמאָלט האָט מען נאָך נישט געוווסט, אַז דער פּלאַן פון די דייטשע 
רוצחים איז קובר צו זיין אין דעם זעלבן קבר די קברנים מיט די 
בר-מיננס. שפּעטער האָט מען שוין יאָ געװוסט װעגן דעם. וי אַזױ 
איז דאָס געשען, אַז איך אַלין, איינער פון זעכציק קרבנות, בין אַרױס 
לעבעדיק פון דער שחיטה און כ'האָב זיך אומגעקערט צו מיין צירעלע! 

איז דאָס אַ סוד פון טויט? אָדער פון לעבן? איך גלויב, אַז גראָד 
ביי אָט דער איבערלעבעניש האָט אין מיין מוח און אפשר אויך אין מיין 
האַרץ אויפגעטויכט די דאָזיקע פּראַגע. זי האָט זיך שפּעטער אָפּט איבער- 
געחזרט. 


צי פון טוט אָדער פון לעבן -- דער סוד בלייבט אַ סוד. 
אפשר געפינט זיך די אויפקלערונג פון דעם סוד גראָד אין דעם 
אײביקן קאַמף װאָס עס פירן צװישן זיך דער טיט און דאָס לעבן! 


אפשר איז גאָר מיין אָפט צונויפטרעפן זיך מיטן טויט געװען אַן 
אויסדרוק פון דעם דאָזיקן אײביקן קאַמף? עפּעס אַ כוח האָט מיך 
געפירט צו גיין אומעטום, װוו דער טוט איז געװען אָנװעזנד. 


105 


יוסף ויינבערג 


די הריגה אין װאַלד 


אין מיין פריער דערמאָנטן בוך דערצייל איך: 


ווידער רוקן מיר זיך לענגאויס דער װאַנט, נאָך אַ מאָל הערן מיר 
דאָס טרעטן פון די דייטשע שטיוול און דאָס קלאַפּן פון אונדזערע הער- 
צער. מיר זענען שוין נישט וייט פון דער היים, ווו אונדזערע נאָענטע 
װואַרטן אויף אונדז. מיר זעען שוין דאָס הויז; נאָך אַ פּאָר טריט און 
מיר װעלן דאָרט זיין. 


פּלוצלינג שטייען פאַר אונדז דייטשן. זייערע לעמפּלעך פאַרבלענדן 
אונדז די אויגן. איך וויל מיין צירעלען עפּעס זאָגן, אָבער ווי-נאָר איך 
עפן דאָס מויל ווער איך פון איר אָפּגעריסן 


איך ליג צװישן מענטשן אין אַ לאַסט-אױטאָ און איך וייס, אַז 


איך ווער פאַרשלעפּט צוזאַמען מיט זיי. צירעלע איז נישטאָ לעבן מיר! 
מיר ליגן אויסגעלייגט וי געבונדענע. אין די פיר עקן פונעם 
אויטאָ שטייען דייטשן מיט אַ פרעכן שמייכל אויף זייערע פּרצופים. 


זיי פרייען זיך. ס'איז זיי געלונגען. 


מיר פאָרן. פון די קליינע פענצטערלעך אין די דערפער, דורך 
וועלכע דער אױטאָ יאָגט, קוקן אַרױס איבערגעשראָקענע פּויערים. טייל 
פון זיי צלמען זיך. די ביימער אויפן וועג שטייען מיט אַראָפּגעלאָזטע 
קעפּ. 


ס'איז אַ טריבער פרימאָרגן. די ערשטע זון-שטראַלן ראַנגלען זיך 
נאָך מיט אַ נעפּל, וועלכער וויל זיך נישט אויפהייבן פון דער ערד. דאָס 


106 


אַ טרער און אַ תפילה 


פייפן פון פייכטן װוינט, װאָס װואַשט אונדזערע פּנימער, גיסט זיך צוזאַמען 
מיטן גערויש פונעם מאָטאָר. 


ווען דער אױיטאָ שטעלט זיך אָפּ און מיר וװערן אַראָפּגעטריבן קאָן 
איך ערשט צונויפנעמען מיינע געדאַנקען און באַטראַכטן מיין לאַגע. 
אויפן וועג האָט נאָר איין פראַגע געעגבערט מיין מוח : וווהין פירט מען 
אונדז! 


מיר שטייען אויף אַ פעלד אַרומגערינגלט פון אַ װאַלד. פון דער 
ווייטנס זעען זיך טורעמס פון קירכעס און מאָנאַסטירן, װאָס שטאַרצן 
אַרױס פון צװוישן די נידעריקע הייזער. עטלעכע הונדערט יידן װאַרטן 
אויף זייער גורל. קיינער וייסט נישט צוליב װאָס מען האָט אונדו דאָ 
אַהער געבראַכט אויפן פּוסטן פעלד. מען הייסט אונדז שטיין און קיין 
װאָרט נישט אַרױסרעדן. 


איך האָב מורא, אַז איך װעל מער נישט זען מיין צירעלען. אַזױ 
פיל שווערע טעג איבערגעלעבט צזאַמען און אין איין רגע האָב איך 
פאַרלוירן דאָס טייערסטע װאָס איך האָב געהאַט אין מיין לעבן. 


אַ קלאַפּ אין מיין קאָפּ רייסט מיך אָפּ פון מיינע געדאַנקען. מיר 
באַקומען גראָבאײזנס, לאָפּעטעס און אַנדערע מכשירים און ווערן גע- 
טריבן צו גראָבן אַ גרוב. די מחבלים יאָגן אונטער מיט שטעקנס און 
שיסערייען, זיי לאָזן פּשוט דעם אָטעם נישט כאַפּן. ס'איז אַ קאַלטער 
טאָג. פון די אומגליקלעכע רינט דער שוייס. מען קאָן זיך קיין רגע 
נישט אָפּרוען -- די אַרבעט מוז שנעל פאַרטיק ווערן. י-נאָר מען 
לייגט ביינאַכט אַװעק דעם קאָפּ אויפן נאַסן גראָז װערט מען וידער 
געטריבן צו דער מערדערלעכער אַרבעט. לאַנג װעט דאָס קיינער נישט 
אויסהאַלטן. אין עטלעכע טעג אַרום װעט דער גרוב זיין אַ קבר פאַר די, 
װאָס גראָבן אים. 


דאָס דויערט אָבער נישט אַזױ לאַנג. אויפן פערטן טאָג גראָבט מען 
נישט מער. אויסגעשטעלטע אין אַ רייע שטייען מיר און װאַרטן אויף 


107 


יוסף וויינבערג 


דעם, װאָס עס וועט ווייטער געשען. מיר זענען זיכער, אַז באַלד װעלן מיר 
אַרײינגעטריבן וװוערן אין גרוב, װאָס מיר האָבן פאַר זיך געגראָבן. די 
מינוטן ציען זיך װי גאַנצע שעהען. מען װאָלט שוין געווען גליקלעך 
ווען מען װאָלט אונדז ווידער געטריבן צו דער אַרבעט. צי װאַרט מען 
אויפן טויט? אָבער דאָס ואַרטן אויפן טויט איז אַמאָל ערגער וי דער 
טויט גופא. 


די זון װאַרפט די ערשטע שטראַלן אויפן פעלד, וען פון דער 
ווייטנס דערהערן זיך קולות. צוערשט איז עס װי אַ נישט-קלאָרער 
מטושטשער טומל װאָס קומט פון דער זייט, ווו די טורעמס גלאַנצן אין 
הימל אריין. דער טומל דערנענטערט זיך, װוערט שטאַרקער, העכער, 
און באַלד זענען דאָס האַרצרײיסנדיקע יללות. פון שטאָט לויפן מענטשן 
אין אַ ‏ שרעקלעכער בהלה. מיר דערקענען זיי נאָך נישט, אָבער לויט 
די געשרייען זענען מיר זיך משער, אַז דאָס זענען קולות פון געטרי- 
בענע יידן. 


מענער, פרויען, קינדער און זקנים װערן געיאָגט װי זיי װאָלטן 
באַשטאַנען פון עפּעס אַ סטאַדע. פון אַלע זייטן שיסט מען. ס'באַװייזן 
זיך די ערשטע יידן אויפן פעלד; נאָך זיי קומט נאָך אַ גאַנצע מאַסע. 
איבער דער אָנגעשיטער ערד װערן זיי געיאָגט אין גרוב אַריין. פון 
אַלע זייטן יאָגט זי נאָך דאָס כסדרדיקע שטעפּן פון מאַשין-געווער. פון 
אויבן, פון איבער די ביימער שפּייט פייער אין גרוב אַריין. 


אַ טייל פון די אַהערגעיאָגטע בלייבן שטיין, ווילן זיך פאַרהאַלטן, 
אָבער באַלד ווערן זיי מיטגעשלעפּט פון דער מאַסע װאָס קומט אונטער 
פון הינטן ; ווער עס בלייבט ווערט צעטרעטן. אַלע מוזן אַריין אין גרוב, 
ווייל עס איז נישטאָ קיין צוריקוועג. 


אַ יינגעלע פון אַ יאָר אַכט-:נײן מיט אַ צעפלויגן מאַנטעלע און 
איבערגעשראָקענע אויגן בלייבט אַ רגע שטיײן און נעמט לויפן אין 


108 


אַ טרער און אַ תפילה 


אַ זייט, צום וװאַלד צו. די קוילן יאָגן אים נאָך און פאַלן אַרום אים; 
עס דוכט זיך וי זיי װאָלטן זיך אין אים נישט געהאַלטן. דאָרט ווו ער 
לויפט איז דאָס פייער גאָר געדיכט. עֶר בלייבט וידער אַ רגע שטין, 
דרייט זיך אויס אין אַ צווייטער ריכטונג. עטלעכע מענטשן רייסן זיך 
אָפּ פון דער מאַסע און נעמען נאָכלויפן דעם יינגעלע. זיי פאַלן פון די 
קוילן, נאָר דאָס יינגעלע לויפט נאָך אַלץ און שטעלט זיך פאַר גאָרנישט 
אָפּ. די מערדער טרייבן אַ שפּיל מיטן קינד. עס זעט אויס וי זיי װאָלטן 
פאַרגעסן אין אַלע אַנדערע און שיסן בלויז נאָך נאָכן יינגעלע, װאָס 
שטייט נישט אָפּ אין זיין לויף צװישן דעם פייער. דאָס צעריסענע 
מאַנטעלע פּלאָנטערט זיך אים צװישן די פיס; ער פאַלט; הייבט זיך 
ווידער אויף, לויפט וייטער. פּלוצלינג דרייט ער זיך אום, נעמט זיך 
יאָגן צום אָרט, װו עס שטייען די רוצחים. עס זעט אויס וי ער װאָלט 
זיך איצט אַלײן געװאָלט װאַרפן אין פייער אַרין. די קוילן רייסן ביים 
קינד אַראָפּ דאָס היטעלע פון קאָפּ: ער פאַלט װידער, און ס'דוכט זיך 
אַז ער װעט זיך שוין מער נישט אויפהײבן, אָבער באַלד לויפט ער 
ווייטער און פאַרשװוינדט צװוישן די ביימער. 


די שיסעריי הערט נישט אויף. 


די געשרייען פון די אומגליקלעכע מישן זיך אויס מיט די וילדע 
קולות פון די רוצחים. פון גרוב אַרױס ענטפערט אָפּ אַ ביטערער געיאָ- 
מער. אויף די װאָס געפינען זיך שוין אין גרוב ווערן אַרויפגעשלײדערט 
אַנדערע, װאָס האָבן זיך געפונען ביים ראַנד, און טויטע און נאָך לעבע- 
דיקע בלייבן ליגן; קיינער װועט מער פון גרוב נישט אַרױס, 


אונדזער גרופּע שטייט אויסגעשטעלט ביים ראַנד פון װאַלד און 
װאַרט. זעט אויס, אַז מען האַלט אונדז אויף דער לעצטער מינוט. פון 
שטאָט װערן אַלץ געטריבן מענטשן, נייע קרבנות, װוי זיי װאָלטן אָנגע- 
שווומען, איין כװאַליע נאָך דער צווייטער. דאָס פייער װוערט שטאַרקער; 
דאָס פעלד איז שוין פול מיט הרוגים: דער אַראָפּפאַל אין גרוב אַרײן 
דיערט אָן אויפהער. 


109 


יוסף ויינבערג 


אין די פריע אָװונט-שעהען טונקלט דער הימל װי ער װאָלט גע- 
טרויערט איבער די קרבנות... 


דאָס געיעג האָט אויפגעהערט. אַ קאַלטער פרילינגס-רעגן פרישט 
אויף די גראָזן. אַרום איז שטיל. מען הערט נישט מער קיין געשרייען, 
בלויז אַ פאַרשטיקטער געיאָמער טראָגט זיך נאָך פון גרוב אַרױס און 
דער וינט הייבט אים אױף צו די בימער-שפּיצן. עס דאַכט זיך וו 
די ביימער װאָלטן מיטגעיאָמערט. אפשר װעלן זיי דעם געיאָמער צע- 
טראָגן און איבערגעבן דער װעלט? 


אונדזער גרופּע װערט געטריבן בכדי צוזאַמענצונעמען די הרוגים. 
פאַרווונדעטע און טויטע, װאָס ליגן אַרום, טראָגן מיר אין גרוב אַרײן. אין 
האַרץ בעט יעדער איינער פון אונדז אַז די מאַשין-געװוערן זאָלן ווידער 
נעמען שפּײיען איבער אונדז, איבער די, װאָס האָבן געגראָבן דעם גרוב 
און ווילן אין אים אַליין באַגראָבן ווערן. 


אַ גאַנצע נאַכט דויערט אונדזער פאַרנעמען זיך מיט די טויטע און 
אין דער פרי, ווען די זון באַװייזט זיך, הייבט זיך ווידער אָן דער טויטן- 
געיעג. 


פון גרוב טראָגט זיך נאָך אַלץ אַ שטיל יאָמערן. ס'שיטן זיך שין 
אין גרוב אַרײן נייע קרבנות. מיר מוזן זיך ווייטער צוקוקן צו די גרויל- 
סצענעס. מיר קענען שוין אונדזער גורל: באַלד װעט קומען אונדזער 
רייע צו פאַלן אין גרוב אַרײן. 


דעם צווייטן טאָג נאָך דעם װי דער טויטן-געיעג האָט אויפגעהערט 
און דער ועג פון שטאָט אין װאַלד אַריין איז שוין אָפּגערײניקט פון 
די הרוגים, זאָגן מיר ווידוי. אַ גאַנצן טאָג היינט און אויך נעכטן איז 
געווען אונדזער איינציקער געדאַנק: פאַרענדיקן אונדזער לעבן מיט 
ווידוי. און דאָך איז נאָך געווען אין יעדן פון אונדז אַ האָפענונג, מיט 


וועלכער מען האָט זיך געשעמט פאַר זיך אַלײן: אפשר דאָך... אויך 
איצט װאַרט מען מיט אַ ציטערניש פון האָפענונג: אפשר דאָך... 


100 


אַ טרער און אַ תפילה 


אָבער ביי די דייטשע חיות-רעות איז נישטאָ קיין ,אפשר" און זיי 
לאָזן אונדז נישט צו קיין שום האָפענונג. זיי זענען נאָך אַלץ נישט זאַט 
מיט אונדזער בלוט. זיי האָבן אַלץ נישט גענוג! 

,לאָס !". 

דאָס איז דער סוף פון אונדז, די קברנים. 

ווידער שפּייען די מאַשין-געװוערן. קיינער טרייבט אונדז נישט. מען 
לויפט אַלין אין גרוב אַרין זיך אַװעקלײגן אויף דעם באַרג טויטע און 
האַלב-טויטע, בכדי צו בלייבן ליגן מיט זיי אויף איײיביק. איך ווער מיט- 
געריסן און פאַל אַריין אין אַ פינצטערן תהום. 


איך ראַטעװע זיך אַרױס פון טויטן-גרוב 


אַ שווערע לאַסט ליגט אויף מיר. כוויל זיך באַװעגן און קאָן נישט. 
עפּעס ציט דעם רעכטן פוס. איך פּרװוו זיך דערמאָנען ווו איך בין, אָבער 
עס קומט נישט קיין געדאַנק אין קאָפּ אַרײן. דאָס אויער נעמט-אויף 
אַ יאָמערן;: איך דערמאָן זיך אין דעם נעכטן; איך וייס שוין וו 
איך בין! 


ווידער דאָס ציען ביים רעכטן פוס. איך וויל אים אָפּרײסן, צוריק- 
שלעפּן צו זיך און כ'פאַרנעם װידער אַ מאָל װו איך געפין זיך. איך 
פּרװו זיך אויפסניי דערמאַנען, כ'זע דאָס לויפן אין גרוב אַריין און כ'גיב 
זיך שוין אָפּ אַ דין-וחשבון. 


111 


יוסף יררי טג 


נאָך אַ מאָל רייסט מיר דער רעכטער פוס אַװעק דעם זכרון. אין 
מוח שטעקט ער, דער פוס, װי אַ ביין אין האַלדו. אַרױסשלעפּן אים! 
עס לאָזט זיך נישט. כ'וויל באַװעגן די האַנט און דורך איר דעם רעכטן 
פוס... ס'גייט נישט! אַלץ איז געבונדן. ס'פאַרדריסט מיך; נאָך אַ מאָל 
פּרובירן אים אַרױסשלעפּן! כ'גיב אַ שלעפּ און צי אַרױס דעם נעכטיקן 


געיעג, די שיסערייען, די סויטע און דעם געיאָמער. 
דעם געיאָמער ? 


ניין! אים שלעפּ איך נישט אַרױס פון מוח. ער טראָגט זיך אַרום 
מיר, פון אונטן, פון אויבן, פון אַלע זייטן. 


איצט ווייס איך שוין ווו איך געפין זיך: פון דאַנען װעט קיינער 
נישט אַרױס און איך אויך נישט! 


און אפשר! 


טראַגיש איז דער מענטשלעכער אאפשר"! ביז צום לעצטן אָטעם- 
צוג שטעקט ער אין מענטש. 


אַ שווערע לאַסט דערדריקט מיך. איך פּרװו באַװעגן די לינקע 
האַנט; פאַרװאָס גראָד די לינקע? וי אַן אײינגעשפּאַרט קינד האָב איך 
זיך פאַרלייגט דווקא אויף דער לינקער האַנט. עפּעס אַ מאַסע ליגט 
מיר אויפן קאָפּ און פאַרשטעלט מיר די אויגן. איך וויל זי אָפּרוקן אין 
אַ זייט און ווידער -- די לינקע האַנט!... איך קאָן זי נישט אַרױסציען. 

פּלוצים פיל איך די רעכטע האַנט; זי פאַרשטעלט מיר די אױגן; 
עפּעס דריקט זי צו מיין פּנים. איך גיב אַ שטויס. זי איז פריי און אויך 
די אויגן זענען פריי. 


אַרום איז אַ טונקעלע נאַכט און אין מיר שטעקט נאָך אַלץ דער 
;אפשר". איך װעל פּרובירן! צו ביסלעך באַפריי איך די לינקע האַנט 
און נעם זיך צו מיין פוס. דער מוח אַרבעט נישט. דאָס טוען די הענט 


פון זיך אַליין. דער געיאָמער אַרום איז אַ שטילע תפילה. פון אַ ווינקל 


12 


אַ טרער און אַ תפילה 


שלייכט זיך אַרױס די לבנה און באַװייזט די שאָטנס פון די ביימער. 
איך נעם זיך באַװעגן צו דער שװאַרצער װאַלד-װאַנט: איך געפין זיך 
נאָך אַלץ אויף דעם באַרג גופים. מיט אַלע כוחות שאַר איך זיך אויפן 
בויך ; נאָך מיין יעדן ריר פאַרשװוינדט די לבנה אויף אַ רגע פון מיינע 
אויגן. די פיס און די הענט פּלאָנטערן זיך אין די בגדים פון די הרוגים, 
אָבער איך שטיי נישט אָפּ: נאָך אַ ריר מיטן פוס! מיט דער האַנט! 
נאָך אַ מאָל!... 


כ'בין אין װאַלד. שוין לאַנג ליג איך דאָ; די ערד איז פייכט. טראָפּנס 
װאַסער רינען פון אַ בוים אויף מיין שטערן -- װי גוט דאָס איז! כוויל 
אויפשטיין, אַנטלויפן פון דעם געיאָמער און כ'קאָן נישט; כ'בין וי 
צוגעשמידט צום אָרט. מיר דוכט זיך, אַז עמעצער גייט אין װאַלד. איך פיל 
זיין אָנװועזנהייט לעבן מיר. וי אין אַ קאָשמאַר װוער איך געטראָגן. 


דאָ שטעלט זיך שוין די פראַגע אין אַ גאָר אַנדערן אויסמעסט. עס 
האַנדלט זיך נישט מער אין זעכציק אָדער אַפּילו עטלעכע הונדערט טויטע, 
נאָר אין גאַנצע קהילות פון יידן, װאָס ווערן באַגראָבן און מיט זיי אויך 
די קברנים זייערע -- די אויפגעצוונגענע חברה-קדישא. די דייטשן 
האָבן אַנטפּלעקט זייער פּרצוף, זיי האָבן באַװיזן װאָס עס שטעלט מיט זיך 
פאָר די אָרדענונג, װאָס זיי ווילן איינשטעלן אויף טויזנט יאָר. און אין 
דער דאָזיקער אָרדענונג ווערן די באַגרעבערס באַגראָבן צוזאַמען מיט 
די טויטע. עס ווערט אָפּגעשאַפט די חברה-קדישא. נישטאָ מער קין 
חסד של אמת. אַלע בלייבן אין איין און דעם זעלבן קוים-צוגעדעקטן 
קבר. 


113 


יוסף וויינבערג 


;דריי דיך אום וי 


דאָס איז געווען אין מערץ 1942 און אין 1977 זיץ איך און שרייב 
די דאָזיקע װוערטער. אקברן", ;חברה קדישא", :חסד של אמת". 


אַ סוד פון טױט? פון לעבן? אָדער פון גורל? 


איך גלויב, אַז ביים באַהאַנדלען די דאָזיקע פראַגע איז כדאי איבער- 
צוגעבן איין איבערלעבעניש אין יאַנאָװער לאַגער לעבן לעמבערג װאָס 
האָט אַ שייכות צום טרויעריק-באַרימטן מערדער ראָקיטאַ. איך דערצייל 
וועגן דער איבערלעבעניש אין מיין דערמאָנטן בוך: 


ער איז געווען דער איינציקער אין לאַגער װאָס האָט געגעבן דעם 
;גנאַדע-שאָס? פון הינטן אין קאָפּ אַרײין צו טױזנטער קרבנות זיינע. 
אין אָנהײב האָט מיך אַרומגעכאַפּט אַ שרעק ווען איך האָב געהערט זיין 
שטים. נאָך ביי היינט צו טאָג פיל איך דאָס זעלבע, װאָס עס האָבן גע- 
פילט אַלע אין לאַגער. צװישן אַלע מערדער האָט ער -- דער גרעסטער 
פון צװוישן זיי --- זיך געהאַלטן פאַרן סאַמע ,הומאַניטאַרןף. 


װאָס מער איך האָב אים אָבסערװירט, אַלץ מער בין איך געקומען 
צו דער איבערצייגונג, אַז עס שפּילן זיך דאָ אָפּ זאַכן, װאָס קאָנען נישט 
געמאָסטן װערן מיט דער מאָס פון נאָרמאַלע באַגריפן. כ'הייב אָן צו 
צווייפלען צי זיין שאָס אין קאָפּ פון הינטן הרגעט באמת. מיט דער צייט 
װוער איך געשטאַרקט אין מיין השערה, אַז נישט דער שאָס הרגעט, 
נאָר די דריי װוערטער פון דעם רוצח, װאָס ער זאָגט פאַרן געבן דעם 
שאָס : ,דריי דיך אום". 


144 


אַ טרער און אַ תפילה 


ווען די זון באַהאַלט זיך הינטער דעם נאָענטן באַרג און אויפן גרויסן 
אַפּעל-פּלאַץ ליגן נאָך די לעצטע שטראַלן פון פאַרגײיענדיקן טאָג: ווען 
די שאָטנס פון דער אָנקומענדיקער נאַכט לייגן זיך צװישן די אויסגע- 
שטעלטע מענטשן, פירט ער דורך זיין שחיטה. אין דעם שװאַכן ליכט 
פון בין-השמשות מאַכט עס דעם איינדרוק וי נישט מענטשן, נאָר שאָטנס 
װאָלטן זיך אויסגעדרייט מיט די רוקנס צום מערדער. קיינער שרייט 
נישט, קיינער בעט נישט קיין רחמים. װעט עס דען העלפן? 


יאָ, שאָטנס דרייען זיך אויס צום רוצח און נישט קיין מענטשן 
האָב איך דעם איינדרוק. די דריי ווערטער ;דריי דיך אום" הרגענען 
נאָך איידער די קויל טרעפט דעם קרבן: דאָס אויסדרייען זיך איז שוין 
אפשר דער לעצטער אויסדרוק פון אַ שוין כמעט טויטן מענטש. 


איך ווייס, אַז דער דאָזיקער גורל װעט אויך מיך טרעפן, אויב נישט 
היינט איז מאָרגן. מיטן כוח פון מיין גאַנצן װוילן װעל איך זיך אַקעגנ- 
שטעלן די װערטער װאָס קאָנען הרגענען, אויב איך קאָן זיך נישט 
אַקעגנשטעלן דער קויל. װען די באַשערטע רגע װעט קומען װעט זיך 
פאַר מיר אַרױיסװײיזן צי מיין השערה איז אַ ריכטיקע, אַז נישט די קויל, 
נאָר אַז אפשר פאַר דער קויל הרגענען ראָקיטאַס דריי ווערטער. לאַנג 
דאַרף איך נישט װאַרטן אויף דער דאָזיקער באַשטעטיקונג: 


בשעת דעם אַפּעל טאָר מען נישט רויכערן. ווען די מענטשן שטייען 
אויסגעשטעלט אין די רייען שטעלט זיך דער מערדער אַװעק איף אַן 
אָפּגעהאַקטן בוים, װאָס ליגט אין מיטן פעלד און ער זעט פון װאַנען 
עס גייט אַרױס אַ רויך פון ציגאַרעטן. יעדעס מאָל זוכט ער אויס די, 
װאָס רויכערן און ער דערשיסט זיי. אָבער װאָס מער ער שיסט, אַלץ 
מער רויכערט מען. אַזױ איז דאָס אין לאַגער: אַ זאַך, װאָס איז פאַרבאָטן 
רעכנט מען זיך נישט דערמיט און מען איז עובר אויפן פאַרבאָט. דאָס 
הייסט נישט, אַז מען װיל נישט לעבן, פאַרקערט: קיינער ויל נישט 
שטאַרבן, יעדער קעמפט איף זיין אופן פאַרן לעבן, אַפילו די, װאָס 


115 


יוחף ויינםעה2 


געפינען זיך שוין כמעט אין גסיסה גלייבן נאָך אַלץ, אַז זיי װעלן לעבן: 
ביז צום לעצטן אָטעם-הויך שטעקט נאָך אין זיי דער ;אפשר"... און 
טראָץ דעם טוט מען דאָס, װאָס איז פאַרװוערט. טראָץ דעם װאָס עס איז 
פאַרבאָטן צו רויכערן און מען שיסט פאַרן רויכערן, רויכערט מען. דאָס 
איז פאַר מיר איינע פון די נישט-פאַרשטענדלעכע דערשיינונגען אין 
לאַגער. 

לעבן מיר שטייט אַן אינזשיניער. ער קאָן זיך נישט אײינהאַלטן און 
ער רויכערט. ער לאָזט אַרײין דעם רויך אין אַרבל אַרײן. דאָך באַמערקט 
דאָס דער מערדער. ער האָט אפשר נישט באַמערקט ווער עס האָט 
גערויכערט און ער איז זיכער, אַז איך האָב דאָס געטאָן. ער רופט 
מיך אַרױס פון דער ריע מיט די װערטער: דרי דיך אום'. וו 
אַ פונק בליצט אַדורך אין מיין מוח דער געדאַנק: נישט לאָזן זיך 
הרגענען פון די דריי װוערטער! איך שטעל זיך אויף אַכטונג און זאָג: 
;הער אונטערשטורעמפירער, איך מעלדע געהאָרכזאַם, דאַס איך ני אין 
מיינעם לעבען געראַוכט האַבע אונד אַוך יעצט ראַוכטע איך ניבט". 

ער קוקט מיר אין די אויגן אַרײין און הייסט מיך צוריקגיין אין 
דער רייע. דאָס איז געווען דער איינציקער פאַל, וען אַ מענטש איז 
געבליבן לעבן נאָך ראָקיטאַס דריי ווערטער דריי דיך אום". 


אי אס 
*ִ 


נאָכן אַפּעל בלייבן אויפן פּלאַץ ליגן די הרוגים. דאָס צעטראָטענע, 
פאַרגעלטע גראָז איז דורכגעוייקט פון בלוט. די מענטשן באַקומען 
קאַװע און אַ שטיקל ברויט. באַלד װועט מען אַרײנגעטריבן וערן אין 
באַראַק און עס ועט זיך אָנהייבן די געוויינלעכע פּיין. די פיס פאַר- 
לאַנגען אָפּרו. דאָס גראָז אויפן פּלאַץ איז נאַס פון פרישן בלוט; אויף 
די מתים װאָס זענען נישט פאַרבלוטיקט זעצט מען זיך עסן דאָס װאָס 
מען האָט נאָר-:װאָס באַקומען. אין איינוועגס זוכט מען אין זייערע קע- 
שענעס אַ שטיקל ברויט, װאָס איז אפשר בי זיי געבליבן, און אַז עס 
לוינט זיך ציט מען פון זיי אַראָפּ די שיך. 


116 


אַ טרער און אַ תפילה 


די צוויי פּעריאָדן פון יאַנאָװער לאַגער 


אין דאָזיקן לאַגער איז מיין צונויפטרעף מיטן טויט פּנים אל פּנים 
געווען אַ פּערמאַנענטער. איך קאָן זאָגן, אַז במשך דער צייט פון מיין 
געפינען זיך אין יאַנאָװער לאַגער ביז איך, װוי מיר איז באַקאַנט, דער 
איינציקער, װאָס איז לעבן געבליבן. דאָס הייסט, איינער פון עטלעכע 
צענדליק טויזנט מענטשן. איך גלויב, אַז איך האָב דעריבער אַ חוב 
איבערצוגעבן אַז פון יאַנאָװער לאַגער בכלל גענומען, זענען פאַראַן בלויז 
עטלעכע צענדליק אָדער אפשר נישט קיין סך מער וי הונדערט לעבן- 
געבליבענע. 


דעם לאַגער דאַרף מען איינטיילן אין צוויי פּעריאָדן: דער ערשטער 
פּעריאָד באַשטײט פון דער ערשטער העלפט פון יאָר 1942 ביז דעם 
חודש אױגוסט, דעמאָלט װען מען האָט ערשט דעם לאַגער אָנגעהויבן 
אויפצושטעלן. עס זענען נאָך דאָרטן נישט געווען קיין באַראַקן, נאָר 
בלויז אַ גרויסער מאַגאַזין פאַר תבואה, װאָס איז פאַרװאַנדלט געװאָרן 
אין איין גרויסן שלאָף-פּלאַץ פאַר טויזנטער מענטשן, און אַ גאָר גרויס 
פעלד, װו די מענטשן זענען שעהעלאַנג געשטאַנען איף די אַפּעלן 
ביז צו זייער אומקום. 


דער צווייטער פּעריאָד הייבט זיך מערוייניקער אָן אין חודש 
סעפּטעמבער 1942, ווען עס זענען שוין אויפגעשטעלט געװאָרן באַראַקן 
און אין דעם לאַגער איז איינגעפירט געװאָרן אַ געוויסער ,סדר", אַ סדר 
אַפילו ביים אומברענגען די יידן. אין ערשטן פּעריאָד איז דאָס געוען 


117 


ווסף הו ההישהג 


גאַנץ פּשוט אַ הריגה-אָרט. הינטער דעם לאַגער האָט זיך געצויגן אַ טאָל 
פון זאַמדן. דאָרטן זענען צוויי מאָל אין טאָג, פרימאָרגן און אָװונט, 
אַװעקגעטראָגן געװאָרן די הונדערטער טויטע פון דעם אָרט װו עס איז 
שפּעטער אויפגעשטעלט געװאָרן דער לאַגער. 

אָט פון דעם ערשטן פּעריאָד בין איך, גלויב איך, דער איינציקער 
לעבן-געבליבענער. 


מיין לעבן-בלייבן נאָך ראָקיטאַס ,דריי דיך אום", איז זיכער געווען 
דער איינציקער פאַל, װאָס האָט זיך געטראָפן אין לאַגער. איך בין אַ סך 
יאָרן שפּעטער געווען אַן עדות אויפן פּראָצעס פון די מערדער פון 
יאַנאָװער לאַגער אין שטוטגאַרט. ראָקיטאַ האָט נאָך געלעבט, אָבער 
מען האָט אים צום דאָזיקן פּראָצעס נישט געברענגט, וייל ער איז 
געווען שווער קראַנק אויף אַ ראַק און צו דעם איז ער אויך געוען 
משוגע. 

פאַרשטייט זיך, אַז די ריכטער האָבן גענוי געקענט די שוידערלעכע 
רוצחישע מעשים פון ראָקיטאַ, פון דעסטוועגן איז מיין דערציילן פאַרן 
געריכט וועגן דעם באַזונדערס אויסטערלישן ;דריי דיך אום" געוען 
אויפן געריכט-זאַל ממש אַ סענסאַציע. דעם פאַקט גופא פון די דריי 
ווערטער האָבן זיי געקענט, אָבער זיי האָבן זיך נישט געריכט, אַז אַ לע- 
בעדיקער ייד װעט קומען דערציילן, אַז מיט אים גופא האָט דער פאַל 
געטראָפן. 


אין דעם פאַל (ווען איך האָב שוין געהערט ראָקיטאַס ,דריי דיך 
אום") בין איך געשטאַנען אַלײן און אָפּגעזונדערט מיטן טױט פּנים 
אל פּנים. איך זאָג אָפּגעזונדערט, ווייל טראָץ דעם, װאָס אַרום און אַרום 
זענען געשטאַנען הונדערטער מענטשן אויסגעשטעלט אויף אַ טױטן- 
אַפּעל (אַזױ האָט מען דעם אַפּעל גערופן אין יאַנאָװער לאַגער) בין איך 
אָבער פאָרט אין אָט דער רגע געוען אַלײן, אָפּגעזונדערט פון די 
לעבעדיקע, אָפּגעשניטן פון דער וועלט, אָפּגעטײלט פון לעבן. דאָס איז 
שוין געווען פאַר מיר אַ מצב פון איענער זייט". דאָך איז מיין רעאַגירן 
געווען אַ רעאַגירן פון ,דער זייט", פון אַ לעבעדיקן. 


118 


אַ טרער און אַ תפילה 


פון װאַנען האָט זיך דאָס גענומען? 

אין משך פון די שפּעטערדיקע װאָכן, חדשים און יאָרן בין איך 
אויך נישט איין מאָל געשטאַנען פּנים אל פּנים מיטן טויט. דאָך איז 
דער פאַל מיט ראָקיטאַ געבליבן אין מיין זכרון ווי מיין שטאַרקסטע 
איבערלעבעניש אין מיין לאַגער-לעבן. 

ווען איך טראַכט ביי היינט צו טאָג װועגן יענער געשעעניש דאַכט 
זיך מיר, אַז דעמאָלט, גראָד אין יענער רגע צװישן לעבן און טױט, 
בין איך געווען שטאַרקער פונעם מערדער: מין מאָראַלישע קראַפט 
האָט איבערגעשטיגן זיין אוממאָראַלישע געפאַלנקייט און רשעות. און די 
דאָזיקע מאָראַלישע קראַפט האָט זיך צו מיר גענומען אין דעם פאַל, 
װאָס מיין גאַנצער מענטשלעכער ועזן האָט נישט גענומען צו קענטעניש 
אַז איך קאָן באַזײטיקט ווערן פון מיין מאָראַלישן חוב פון חברה-קדישא, 
פון דעם טרעגער פון חסד של אמת, אַ חסד, װאָס מען טוט לגבי דעם 
בר-מינן, וועלכער קאָן מער נישט מיט גאָרנישט אָפּצאָלן פאַר דעם װאָס 
מען טוט צו אים. 


== + 
4 


ווידער בין איך צוריקגעקומען צו מיין ראָלע פון אַ חברה-קדישא- 
מאַן, נאָך דעם װי איך בין געשפּרונגען אַ נאַקעטער פון דעם דעפּאָר- 
טאַציע-צוג, װאָס האָט אונדז געפירט קיין בעלזשעץ אויף אומקום. אין 
יענער רגע איז דאָס שטאַרקסטע געפיל מיינס און מיין גרעסטע אחריות 
געווען : ברענגען אַ ייד צו קבר ישראל. 

אַ ייד, װאָס איז געשפּרונגען צואַמען מיט מיר פון צוג און האָט 
נישט מצליח געווען, ווייל דאָס איז געווען אַ שפּרונג אין טויט אַרײן 
איך האָב געטאָן זיין רעכט אַ נאַקעטער מיט אַ געפּלאַצטן קאָפּ, אין 
אַ קאַלטער שנייאיקער נאַכט, װו דער טױט האָט נישט געהאַט קין 
שליטה אויף מיר, ווייל איך האָב געדאַרפט דערפילן די ראָלע פון חברה 
קדישא, פון חסד של אמת. 

איך באַשרײב דאָס אין מיין בוך: 


119 


יוסף וויינבערג 


דער שפּרונג צום טויט און צום לעבן 


איך פיל זיך װאָס אַמאָל שװאַכער. די לופט אין בונקער איז געדיכט. 
גראָבע טראָפּנס שווייס רינען מיר פון שטערן, באַגיסן מיר די אויגן 
און גיסן זיך מיט דער גאַנצער ביטערקייט אַריין אין מויל. אַלץ איז 
אויף מיר נאַס. אין האַלדז שטיקט מיר און ווערגט. די אויגן באַדעקן 
זיך מיט אַ דינעם נעפּל, ס'פאַרװישט זיך דאָס ליכט פון דער צוייטער 
װאַנט. דער קעלער דרייט זיך ארום מיר, אין האַלדז שטיקט אַלץ 
שטאַרקער. מיט דער לעצטער אָנשטרענגונג וועק איך יאַנקען. 

מיטאַמאָל בין איך ווידער װאַך! די דייטשע שטיול קלאַפּן אויף 
די טרעפּ! יאַנקע האַלט מיך ביי דער האַנט. עמעצער רירט די ברעטער, 
אונטער וועלכע מיר ליגן. אַ קינד װועקט זיך און ויינט... 

מען האָט אונדז אַנטדעקט! 


מיר זענען פאַרזאַמלט אויפן הויף. לעבן מיר שטייט דאָס קיישעלע 
מיטן קליינעם קינד. יאַנקע איז ערגעץ פאַרשווונדן. קיינער האָט נישט 
באַמערקט וווהין זי איז אַנטלאָפן. 


די פרישע לופט גיט מיר נייע כוחות. כ'פיל זיך נישט אַזױ אָפּגע- 
שװאַכט װי אין קעלער. כ'דערמאָן זיך, אַז יאַנקע האָט אַרײנגעלײגט 
אין טאַש פון מיין מאַנטל אַ שטיק ברוױיט; איך עס דאָס מיט גרויס 
זשעדנעקייט. 


איך בין אַנטשלאָסן צו אַנטלויפן ביי דער ערשטער געלעגנהייט. 
איך קוק זיך אַרום. אָבער פון אַלע זייטן זענען מיר אַרומגערינגלט פון 


10 


אַ טרער און אַ תפילה 


די רוצחים. די גאַסן, דורך וועלכע מען פירט אונדז, זענען באַדעקט 
מיט טויטע. אויפן פּלאַץ שטייען שוין אַ פּאָר טויזנט מענטשן אין רייען. 
אַן עס-עס-אָפיציר ציילט די רייען. ער װויל ויסן, צי ער האָט שוין 
דעם אקאָנטינגענט". ביים טויער לאָדנט מען איין אין לאָרעס (אָפענע 
פּלאַטפאָרמעס), וועלכע פאָרן ביז צו דער סטאַציע פון װאַנען עס גייט 
אָפּ אַ צוג קיין בעלזשעץ -- גלייך צום טױיט. 


איך ציטער פון שרעק. כ'האָב מורא, זיי זאָלן מיך נישט ברענגען 
צוריק אין יאַנאָװער לאַגער אַריין פון װאַנען כ'בין אַנטלאָפן. דער גע- 
דאַנק וועגן טויט און די טאָרטורן מאַכט מיך משוגע. אין דער דאָזיקער 
רגע האָב איך נאָך איין װוונטש: ,מען זאָל מיך נאָר נישט דאָרטן אַהינ- 
פירן !*. כ'װואָלט שוין בעסער געװאָלט אַז מען זאָל מיך פירן צו די 
װאַגאָנען, װאָס פאָרן גלייך צום אָרט פון אומקום. 


== * 


אויפן וועג צו דער סטאַציע זוכן מיינע אויגן יאַנקען. פון איר וויל 
איך שעפּן כוח. זי איז נישטאָ, איר איז עס געלונגען. איך וויל אויך 
אַנטלויפן און דעצידיר זיך שנעל צו שפּרינגען פון דער לאָרע: כ'בין 
שוין מיט איין פוס אויף דער צווייטער זייט, כוויל שוין שפּרינגען, דער- 
פיל איך די מערדער-האַנט פון אַן אוקראַינישן מיליציאַנט אויף מיין 
האַלדז. ער שלאָגט. די קלעפּ גיבן מיר צו פאַרשטיין, אַז איך טאָר נישט 
טאָן קיין נאַרישקײטן. איך הערש ווידער איבער מיינע נערוון. מיין באַ- 
שלוס איז פעסט: כ'וועל מיך נישט לאָזן אומברענגען -- איך מוז לעבן! 


מיר פאָרן אַדורך דעם לאַגער און דערנענטערן זיך צו דער סטאַציע. 
אַ שטיין פאַלט מיר אַראָפּ פון האַרץ: דעם שרעקלעכן טױט, די חיהשע 
טאָרטורן, האָב איך שוין אויסגעמיטן. איצט מוז איך האַלטן קאָפּ! יעדער 
שריט איז וויכטיק, אַלץ מוז זיין באַרעכנט און רואיק. 


121 


יוסף וױיינבערג 


לעבן די װאַגאָנען מוזן מיר זיך אַלע אױסטאָן נאַקעט. די מערדער 
לויפן אַרום צװישן אונדז מיט דרענגער, שלאָגן, הרגענען און טרייבן 
אַריין אין די פערד-װאַגאָנען. שנעל מוז מען פון זיך אַראָפּװאַרפן דאָס 
אָנטועכץ. אַ טייל בלייבן אין די אונטערוועש, אַנדערע אין גאַנצן נאַקעט. 


אין דעם געיעג אַרבעט מיין מוח אינטענסיוו. ,קיין בעלזשעץ װעלן 
זיי מיך נישט ברענגען, איך מוז אומבאַדינגט מיטנעמען מיין מאַנטל?. 


דער מאַנטל ליגט לעבן מיר. אַ ביסל וייטער זענען אויסגעלייגט 
די קראַנקע און טויטע. שנעל כאַפּ איך אַ נאַקעט מיידעלע פון אַ יאָר 
צען, װאָס ליגט אין שניי, און כ'לאָז זיך מיט איר דורך דעם שמאָלן 
ברעטל אין װאַגאָן אַרײן. די מערדער שטייען אויף דער רעכטער זזיט 
און זעען נישט, אַז אויף מיין לינקער האַנט איז אויפגעהאָנגען דער 
מאַנטל; דאָס מיידעלע, װאָס ליגט אויף מיין רעכטער האַנט, פאַר- 
שטעלט אים. 


דער װאַגאָן איז געפּאַקט מיט נאַקעטע מענטשן: מענער, פרויען 
קינדער, זקנים, קראַנקע און טױטע: אַזעלכע װאָס זענען ביי זיך אויפן 
בעט אין דער לעצטער מינוט געשטאָרבן, אַנדערע, װאָס מ'האָט דער- 
שאָסן און אַזעלכע, װאָס זענען אויף דער סטאַציע געהרגעט געװאָרן. 
אין דעם קליינעם פערד-װאַגאָן איז אַ שרעקלעכע ענגשאַפּט: מ'שטייט 
אויף די טויטע און קראַנקע. פון אָנהײיב שרייט מען נאָך און מען 
קריגט זיך וועגן גוט זיצן און שלעכט שטין, אָבער באַלד װערט אַלץ 
רואיק. דער װאַגאָן איז פאַרהעמערט און פאַרקלאַפּט, דאָס פענצטערל 
מיט אייזערנע קראַטן און שטעכל-דראָט -- פאַרהאַקט. 


אַלע ווייסן, אַז מען פאָרט צום טויט. מען זאָגט שוין נישט קין 
ווידוי, מען וויינט נישט און מען קלאָגט נישט: מען מאַכט שלום מיטן 
גורל. מ'איז שוין געווען מיד פון דעם אָנגעשטרענגטן װאַרטן, די נערוון 
האָבן מער נישט אױיסגעהאַלטן, מ'האָט שוין געװאַרט איף דער רגע 
װי אויף אַ דערלייזונג. איצט איז נאָך אַלעם. דאָ, אין װאַגאָן, פילט מען 
זיך שוין װי טױט; מען האָט שוין דעם שרעקלעכן קאָשמאַר הינטער 


122 


אַ טרער און אַ תפילה 


זיך ; מ'האָט אויפגעגעבן דעם קאַמף און עס איז לייכטער געװאָרן אויף 
דער נשמה. איצט קאָן מען שוין זאָגן נאָך זיך אַלין : ברוך דיין אמת". 


עס איז קיין אונטערשיד נישט צװישן די טויטע און די לעבעדיקע. 
מען שטייט אויף די טיטע, מען שטייט אויף די לעבעדיקע, װאָס 
קאָנען זיך מער אויף די פיס נישט האַלטן. עמעצער דערציילט וי ער 
איז געװוען גוט באַהאַלטן און װי מ'האָט אים געפונען. דאָס איז זיין 
לעצטע מעשה. געװעזענע יידישע מיליציאַנטן, װאָס האָבן ביז איצט 
,דינסט געמאַכט", שטייען לעבן די אַנדערע. די שיינע מונדירן און 
די היטלען מיט גלאַנציקע דאַשקעס האָבן זיי געמוזט איבערלאָזן אין 
דרויסן. זי האָפן נישט מער אויף קיין באַלױינונג פאַר זייער טרייער 
דינסט קיינער איז דאָ נישט בייז אויף זיי. מען שעלט זײי נישט. מען 
שעלט נישט די דייטשן און אויך נישט די אוקראַינישע מיליציאַנטן 
דאָס לעצטע װאָרט איז שוין געזאָגט געװאָרן. 


אַן אַלטער מיט אַ סידור אין דער האַנט וויל נאָך איבערצייגן זיין 
שכן, אַז די יידן זענען זיך אַליין אין דעם אַלעם שולדיק, -- זיי האָבן 
צופיל געזינדיקט. קיינער קריגט זיך נישט מיט אים; זאָל זיין אַזוױ -- 


װאָס איז דען דאָס שוין װיכטיק?... 


אין אַ ווינקל דערציילט אַ פרוי, װאָס פאַר אַ טיט עס דערװאַרט 
אונדז. מיט אַ רואיקער שטים חזרט זי איבער די מעשיות, װאָס זי האָט 
וועגן דעם געהערט פון אַ דייטש. קיינער פרעגט זי נישט איבער. די 
ווערטער פאַלן װוי אין אַ הוילעניש אַריין. מען לעבט שין איצט סײי 
װוי נישט --- איז נישט וויכטיק וי אַזױ מען װועט אומקומען. דער לעבנס- 


אינסטינקט עקזיסטירט נישט מער. 


אין מיר שטעקט נאָך אַלץ די עקשנות. איך רוק זיך צו צום פאַר- 
קראַטעװעטן פענצטערל. דאָ ליגט די אינציקע מעגלעכקײט. כ'פּרװו 
די אייזנס און פיל אין זיך גענוג כוח זיי דורכצוברעכן. איך קאָן אָבער 
גאָרנישט אָנהייבן, ווייל אין דרויסן איז נאָך ליכטיק. די מערדער דרייען 


123 


יוסף ויינבערג 


זיך אַרום און שיסן אין די פענצטערלעך אַרײן. אין האַרץ בעט איך 
גאָט, אַז דער צוג זאָל נאָך שטיין, ביז די נאַכט װעט צופאַלן. איך פּרוו 
צורעדן דעם אינזשיניער, װאָס שטייט לעבן מיר, אַז ער זאָל אויך 
שפּרינגען. מיר האָבן דאָך נישט װאָס איינצושטעלן. ער איז נאַקעט 
וי די מוטער האָט אים געבוירן. ער וייסט, אַז ער האָט גאָרנישט צו 
פאַרלירן. ער איז בייז אויף דער גאַנצער װעלט, איז מיד פונעם ביז- 
איצטיקן קאַמף און יל נישט פּרוון. איך פיל, אַז ווען מען זאָל איצט 
עפענען דעם װאַגאָן און זאָגן ,גייט"! -- װאָלט ער דורכגעלעבט אַן 
אַנטוישונג. ער האָט שוין שלום געמאַכט מיט אַלץ -- ער געפינט זיך 
שוין צװישן די טױיטע: ער האָט מער נישט קיין כוח צו תחית-המתים. 


איך בין אומעטיק -- אַזױ איינער אַליין צװישן די אַלע טויטע 
מענטשן! זיי פילן זיך נישט איינזאַם, זיי פאַרבינדט דער געמיינזאַמער 
גורל, װאָס מאַכט לייכט די לעצטע מינוטן. איך בין איינזאַם, איך איינער 
וויל לעבן, איך איינער האָב נאָך דעם קאַמף נישט אויפגעגעב. איך 
ווענד זיך צו די שכנים זיי זאָלן מיט מיר צזאַמען שפּרינגען פון צוג. 
כ'רוף אויס אין װאַגאָן : ווער וויל מיט מיר שפּרינגען? איך זוך אַ באַ- 
שטעטיקונג, אַז איך בין נישט משוגע! דוכט זיך אָבער, אַז איך בין 
יאָ אומנאָרמאַל, ווייל די אַלע זענען דאָך אַנדערש!... 


עמעצער פּרװוט אױיסלאַכן מיינע פּלענער. ,זיי װעלן אים װי אַ זיפּ 
דורכלעכערן מיט קוילן? -- שפּאָט ער. 


װוער האָט מורא פאַר קוילן, װאָס קאָנען דורכלעכערן? ער האָט 
נאָך עפּעס צו פאַרלירן? 


יעדער וייסט, אַז מען קאָן מער גאָרנישט פאַרלירן; מען געפינט 
זיך שוין אין צושטאַנד פון פאַרגליווערונג און אינערציע -- דער וילן 
איז אָפּגעשטאָרבן. 


דער גרויסער פאַבריקס-קוימען אַקעגנאיבער דעם פענצטערל פאַר- 
לירט צו ביסלעך די געל-רויטלעכע פאַרב; צוערשט זעט עס אויס, וי 


124 


אַ טרער און אַ תפילה 


ער װאָלט געווען איינגעהילט אין אַ בלויען לבוש, װאָס פאַרווישט זיך 
שפּעטער אין גרויען אַריין און פּאַרשװינדט אין גאַנצן. די נאַכט לייגט 
זיך מיט איר פינצטערניש אויף דער אַרומיקער װועלט. מיר שטייען 
נאָך אַלץ אויף דער סטאַציע. איך נעם זיך צו די קראַטן. איך פיל 
זיך גאָרנישט אָפּגעשװאַכט. פון צייט צו צייט טיכט אויף אין מין 
מוח די שאלה: קװאָס װעל איך טאָן נאָך דעם שפּרינגען?+* כ'האָב 
קיין צייט נישט וועגן דעם צו טראַכטן. די אייזנס האַלטן שטאַרק. כ'מוז 
אַרבעטן פאָרזיכטיק, כדי נישט צו וועקן די אויפמערקזאַמקײט פון די 
רוצחים. מיט קאַלטבלוטיקײיט באַרעכן איך יעדע באַוועגונג. איך מוז 
זיך איילן, כדי עס זאָל נישט זיין צו שפּעט! 


ענדלעך רירט דער צוג פון אָרט. כ'שטרענג אָן אַלע כוחות. די 
אַנדערע קוקן זיך צו גליכגילטיק. כ'שטער אַ ביסל זיער רו. איך 
פיל זיך וי איך װאָלט געמאַכט אַ געװאַלד אויף אַ בית-הקברות. 
דאָך פיל איך די סימפּאַטיע, װאָס טראָגט זיך פון אָפענעם קבר 
צו מיר. 


אין ווינקל לעבן מיר שטייט אַ יונג מיידל, װאָס נעמט אַרום איר 
אַלטע מוטער און שיצט זי, זי זאָל נישט צעקװועטשט וערן פון די 
אַנדערע. דאָס איז די איינציקע אין װאַגאָן, װאָס איז ביז איצט נאָך 
נישט אַריינגעפאַלן אין אַפּאַטיע. זי קריגט זיך מיט די אַנדערע ועגן 
אַ גוט אָרט פאַר איר קראַנקער מוטער. דער אַלטיטשקער איז נישט 
גוט געװאָרן,. שטופּט זי זיךך מיט איר צום פענצטערל, רוקט מיך 
אַװעק און מאַכט פאַר איר פּלאַץ. איך וויל זיך אויף איר ביזערן: 
מיט װאָס פאַר אַ רעכט נעמט זי מיר צו דעם פּלאַץ? איך נעם זי אָן 
כדי זי אָפּצושטױסן פון פענצטערל, דערפיל איר נאַקעט ליב און 
צי צוריק מיין האַנט. דאָס איז אַ מענטש, װאָס לעבט נאָך, דאָס איז 
א פהויי.. 


ווייך, גאָר ווייך, װוי צו אַ ניי-געבוירן קינד, לייג איך וידער צו 
מיין האַנט צו איר נאַקעטן קערפּער. אַ שטראָם פון װאַרעמקײט נעמט 


125 


יוסף וויינבערג 


מיך אַרום. מיר פאַלט איין אַ געדאַנק: שטיל, מיט ציטערדיקע ליפּן 
רוים איך איר איין אין אויער : ;שפּרינג מיט מיר, וועלן מיר גיין צוזאַמען?. 
זיס, װי אַ ליבע-דערקלערונג קלינגט איר שטים: ;גיי אַלײן, איך קאָן 
מיין מוטער נישט פאַרלאָזן". 


איך וויל איר זאָגן, אַז זי װעט דער מוטער נישט העלפן, וויל 
זי איז שוין פאַרלוירן, אַז זי האָט רעכט צו ראַטעװען איר לעבן. דאָס 
הילכן פון די רעדער איבער אַ בריקל דערמאָנט מיר אָבער אַז איך 
מוז זיך איילן. אָן אַ װאָרט רוקט זיך דאָס מיידל אָפּ מיט איר מוטער 
פון פענצטערל. איך נעם זיך וידער צו דער אַרבעט. 


עמעצער שטופּט זיך צו מיר פון צוייטן עק װאַגאָן. איך האָב 
אים אָנגעשטעקט מיט מײן עקשנות; ער וװיל אויך שפּרינגען: ער 
האָט ערגעץ איבערגעלאָזט אַ קינד; ער וויל זיך מיט אים נאָך טרעפף 
איך לערן אים, וי אַזױ ער מוז שפּרינגען. איך װעל זיין דער ערשטער, 
ער נאָך מיר. אין װאַלד װעלן מיר זיך געבן סימנים און שפּעטער 
ווייטער גיין צוזאַמען. 


דאָס פענצטערל איז גאָר שמאָל. די אַנדערע װעלן אונדז מון 
העלפן אַרױסרוקן זיך;: צוערשט די פיס, שפּעטער דעם קערפּער און 
דעם קאָפּ. מיט אַלע כוחות רייס איך איצט די אייזנס. ווען איך פיל 
אַז זיי גיבן נאָך, בעט איך די שכנים, זיי זאָלן אונדז העלפן אַרױסרוקן 
זיך דורכן פענצטערל. די שטעכל-דראָט שניידט זיך אַריײן אין מיינע 
פינגער. אַ װאַרעמע קלעפּיקע מאַסע רינט פון די הענט אויף מין 
פּנים. איך פיל נישט דעם ווייטיק. װאָס שנעלער דער צוג פאָרט, 
אַלץ שנעלער באַװועגן זיך מיינע הענט, אַלץ שטאַרקער איז די אָנ- 
שטרענגונג. די אייזנס ברעכן זיך װי דינע ברעטלעך. דער שטעכיקער 
דראָט גיט זיך אונטער מיינע פינגער. דאָס פענצטערל איו אָפן -- 
איך קאָן שפּרינגען! 


איך מוז שפּרינגען נאַקעט, װייל מיט דעם מאַנטל װעל איך נישט 
אַדורך דורכן פענצטערל. עמעצער װעט מיר אים נאָכװאַרפן. נאָך 


126 


אַ טרער און אַ תפילה 


אַ מאָל לערן איך דעם צווייטן, וי אַזױ ער זאָל שפּרינגען. אָרעמס ציען 
זיך אויס, כדי מיך אַרױסצורוקן. איך פיל אַ פּאָר װאַרעמע הענט אויף 
מיין שטערן און אין ליכט פון דער לבנה, װאָס רייסט זיך אַריײן דורך 
דער עפענונג, זע איך דאָס נאַקעטע מיידל. זי האָט אויף אַ רגע אָפּגע- 
לאָזט איר מוטער כדי מיר צו העלפן. כ'זע זי איצט דאָס ערשטע 
מאָל. אַנדערע הויבן מיך ביי די פיס און רוקן מיך אַרױס. איך בין 
שוין מיט אַ האַלבן קערפּער אין דרויסן. פון די װאַגאָנען, װוו עס שטייען 
אויסגעשטעלט די רוצחים מיט מאַשין-געװערן, הערט זיך דאָס בילן 
פון קוילן. מיין קערפּער שטעקט אין פענצטערל און פאַרשטעלט דאָס 
נישטיקע לבנה-ליכט. אין װאַגאָן איז שטאָק-פינצטער. די אויגן זעען 
גאָרנישט. די ווייכע האַנט האָט זיך אַראָפּגערוקט פון מיין שטערן און 
לייגט זיך אויף מיינע ליפּן. רוקנדיק זיך מיטן גוף פון פענצטער אַרױס, 
קוש איך די האַנט פון דער אומבאַקאַנטער, אָבער מיט די געדאַנקען 
בין איך ביים שפּרינגען. בלויז אויף אַ רגע בליצט נאָך דער פאַרדרוס, 
פאַרװאָס זי גייט נישט מיט מיר. איך פיל אירע ליפּן אויף מיינע 
און הענג מיטן פּנים צום װאַגאָן. איך לאָז אָפּ איין האַנט, הענג בלויז 
אויף איינער. אונטער מיר ליגט אַ וועלט איינגעהילט אין וייסן. איך 
קוק צי מיר פאָרן נישט איבער אַ בריק, איך פיל אַז לענגער וועט מין 
צעבלוטיקטע האַנט זיך נישט דערהאַלטן. איך הער דאָס וילדע גע- 
שיסעריי פון צװוישן די װאַגאָנען: דער צוג פאָרט גאָר שנעל, דער 
װאַלד פאַרשװוינדט און באַווייזט זיך וידער. אין מוח בליצט דער 
לעצטער געדאַנק, אַז איך טאָר נישט בלייבן ליגן אויפן שניי, ווייל די 
רוצחים װועלן זען ווו צו צילן, און איך לאָז נאָך די האַנט. 

איך שטיי הינטער אַ בוים, דאָס פייער בליצט אַרום מיר, דער 
צוג פאַרשװינדט וי אַ פונק. כ'בין אַלײן לעבן אַ גרויסן ואַלד. דער 
מאַנטל ליגט אַ ביסל וייטער. די אַרבל צעשפּרײט, זעט ער אס וי 
אַ מענטש װאָלט געלעגן אויפן שניי. ער איז געלעכערט פון קױלן 
די רוצחים האָבן געגלויבט, אַז דאָס איז אַ מענטש, האָבן זיי צו אים 
געשאָסן. 

איצט גיי איך זוכן מיין מיטשפּרינגער. איך וויל אים געבן דעם 


127 


יוסף ויינבערג 


אָפּגעשמועסטן סימן, אָבער פון מויל קומט נישט אַרױס קיין קול. איך 
האַלט זיך קוים אויף די פיס; איך פאַל, הויב זיך ווידער אויף. נאַקעט, 
מיט דעם מאַנטל ארויפגעװאָרפן אויף מיר, שלעפּ איך זיך וי אין 
אַ חלום צום אָרט ווו איך וויל טרעפן מיין גורל-ברודער. איך שטרענג 
אָן אַלע מיינע כוחות, צי זיך וייטער אויפן שניי. קליינע שװאַרצע 
פלעקן באַווייזן זיך אויף דער ריינער וייסקייט. מיר דוכט זיך אַז זי 
פאַרשטעלן מיר דיאויגן;: כוויל זיי אַװעקרוקן און טאַפּ דאָס בלוט, 
װאָס רינט פון קאָפּ. די שװאַרצע פלעקן מישן זיך אויס מיט דער 
ווייסקייט, צעגיסן זיך איבער איר, רייסן אָפּ דאָס ליכט פון מיינע 
אויגן. אין דער פינצטער טאַפּ איך דעם נאַסן שניי, דריק צװאַמען 
אַ פולע פויסט, לייג צו צו די אויגן. ווידער זע איך פאַר זיך די 
ריינע ווייסקייט. אַ דערפרישטער, שלעפּ איך זיך וייטער, פאַל ווידער 
און פאַרליר דאָס ליכט. איך לייג נאָך אַ מאָל צו שניי צום פאַרבלו- 


טיקטן פּנים און אייל זיך ווייטער. איך זע װאָס אַ מאָל וייניקער אויף 
די אויגן. דאָס לינקע אויג איז אין גאַנצן פאַרשטעלט. דאָס רעכטע 
פאַרגיסט זיך מיט בלוט, יש איך עס מיט שניי און צי זיך וייטער 
אויף די קני. מיינע הענט טאַפּן אָן עפּעס וייכס. איך לייג ווידער צו 
שניי צום רעכטן אויג. מיטן פּנים אַראָפּ ליגט דער צוייטער, איך דרײ 
אים אויס צו מיר, וויל זען דאָס פּנים, אָבער אַ שװאַרצער שאָטן פאַר- 
שטעלט מיר די ראיה. וויש איך וידער דאָס פּנים מיט שניי און לייג 
צו דאָס אויער צו זיין נאַקעטער ברוסט: דאָס האַרץ קלאַפּט! די ליפּן 
מורמלען עפּעס! כוויל זיך צובייגן צו זיין מויל. די שװאַרצע װאַנט 
דערלויבט מיר נישט. אױטאָמאַטיש לייג איך מיר צו פרישן שבײ. 
די לבנה באַלײיכט זיין פאַרבלוטיקט פּנים. מיר דוכט זיך, אַז מיט 
אַ דגע צוריק, ווען איך האָב אים באַרירט, איז ער גאָרנישט געוען 
פאַרבלוטיקט. כ'ווייס נישט, צי דאָס בלוט װאָס באַגיסט אים איז זיינס. 
ער ציט מיך צו זיך. נאָך אַ מאָל בויג איך זיך צו אים צו און ווידער 
די שװאַרצע װאַנט! אויפסניי װויש איך מיט שניי דאָס רעכטע אויג. 
זיין פּנים איז אין גאַנצן אין בלוט. איך האַלט די לינקע האַנט אַרום 
אים, װיל אים אַ ביסל אויפהויבן, כדי צו הערן, װאָס ער ויל זאָגן 


128 


אַ טרער און אַ תפילה 


שטרענג זיך אָן און פאַל לעבן אים. זיין קערפּער דריקט מין האַנט. 
מיט אַלע כוחות צי איך זי אַפער פון אונטער אים. ער ליגט אויפן 
שניי אַ פאַרשטייפטער, זיין האַרץ קלאַפּט נישט מער; איך בין אַלײן 


אין װאַלד, 


ביסלעכווייז נעם איך צװאַמען די געדאַנקען. איך רייס זיי אָפּ 
פונעם שמאָלן פענצטערל אין פערד װאַגאָן, פון דעם מידלס וויכן 
קערפּער און פון אירע װאַרעמע ליפּן, פון קליינעם בריקל און דעם 
אַדורכגעשאָסענעם מאַנטל, פון די שװאַרצע פלעקן אויף דעם קריש- 
טאָל-װייסן שניי און פון פאַרשטייפטן גוף, װאָס ליגט לעבן מיר. 
איינס צום צווייטן בינד איך צװאַמען און דערמאָן זיך אַז דאָ, לעבן 
די שינעס, איז אַ געפאַר צו זיצן, און אַז אַ פּאָר טריט וייטער ציט 
זיך דער װאַלד. 


נאָך אַ מאָל װויש איך דאָס אויג און נעם קריכן אויפן בערגל צום 
װאַלד צו. אין מיטן וועג בלייב איך ליגן און דריי זיך אום צום בר. 
מינן אין טאָל. מיך עגבערט אַ געדאַנק, אַז איך האָב דאָרט עפּעס פאַר- 
געסן. איך גיב זיך נישט אָפּ קיין דין-וחשבון פון װאַנען דאָס געפיל 
נעמט זיך צו מיר. דאָס לאָזט מיך אָבער נישט וױייטער זיך שלעפּן 
איך צי זיך צוריק צום טױטן. ער ליגט װו איך האָב אים איבער. 
געלאָזט מיט דעם פּנים אַרױף. די לבנה באַלױיכט אים. נאָך אַ מאָל 
לייג איך צו דאָס אויער צו זיין האַרץ, פּרװו דעם דופק -- ער לעבט 
נישט! איך זעץ זיך לעבן אים, וויל זיך דערמאָנען: נאָך װאָס בין 
איך צוריקגעקומען? דאָס לבנה-ליכט פאַרשװוינדט. נעם איך פרישן 
שניי און װויש מיר דאָס אויג. ליגנדיק, פּרװו איך זיך נאָך אַ מאָל 
דערמאָנען, נאָך װאָס איך האָב זיך צוריקגעקערט פונעם אָפּגעגאַנגענעם 
וועג. איך פיל נישט קיין וייטיק, נאָר יעדע פּאָר מינוט באַדעקט זיך 
דאָס רעכטע אויג מיט אַ נעפּל. 


איך פּרװו זיך שטעלן אויף די פיס, לען זיך אָן אויף די הענט, 
און פאַל צוריק. אַ פּאָר מאָל מאַך איך דעם פּרװו, נאָר כסדר מיט 


10 


יוסף ויינבערג 


דעם זעלבן רעזולטאַט. איך בין אָפּגעמאַטערט, און כ'בלייב זיצן אָן 
באַװעגונג אויפן שניי. מיין בליק פאַלט אויף דעם טױטן ער האָט 
געװאָלט זען זיין קינד. פאַרן קינד האָט ער זיך אַנטשלאָסן צו שפּרינ- 
גען פון צוג און צו שטערן די טויטן-מנוחה, אין וועלכער ער האָט 
זיך שוין געפונען. זיין קינד װועט ער מער נישט זען: צו קבר-ישראל 
װעט ער נישט געברענגט װערן -- הפקר װעט ער בלײבן ליגן אין 
דעם טאָל לעבן די באַן-שינעס. 


װי איך װאָלט געפונען אַ לאַנג-געזוכטע זאַך, דערמאָן איך זיך נאָך 
װאָס איך בין דאָ צוריקגעקומען: איך האָב זיך אומגעקערט פון מיטן 
װעג כדי צו פאַרדעקן דעם טױטן, און נישט לאָזץ אים הפקר, אָן 
אַ תיקון. 


איך ווייס נישט פון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען אָט דער 
געדאַנק. אַזױ פיל בר-מיננס ואַלגערן זיך אין די גאַסן, פעלדער און 
וועלדער, און גראָד דעם מוז איך צודעקן? מיר האָבן זיך געלאָזט 
גיין צוזאַמען אונדזער װעג צום לעבן, און דערפאַר מוז איך צו אים 
טאָן אַ חסד. 


איך נעם אַװעקשאַרן דעם שניי. דאָס רעכטע אויג פאַרנעפּלט זיך, 
איך הער אָבער נישט אויף צו שאַרן די נאַסע בלעטער. כ'בין אָפּגע- 
שװאַכט פון דער אָנשטרענגונג, פאַל מיטן פּנים צום הימל. אַן אָפּגע- 
בראָכענע צווייג גליטשט זיך אַראָפּ מיט אַ טומל פון בערגל. דאָס 
דערמאָנט מיר, אַז איך מוז זיך צואיילן. פאַרעקשנט נעם איך וידער 
שאַרן די נאַסע בלעטער. מיט איין האַנט אָנגעלענט אין טויטן קערפּער, 
אַרבעט איך האַסטיק מיט דער צוייטער, וי עס װאָלט מיך עמעצער 
געיאָגט. איין געדאַנק באַהערשט מיין מוח: צושיטן דעם בר-מינןן, 
ברענגען אים צו קבר-ישראל! 


עס איז אַ לײכט פרעסטל, כ'פיל אָבער נישט די קעלט. שנעל 
שאַר איך די פאַרפוילטע בלעטער און נעם שלעפּן דעם טױיטן קער- 


130 


אַ טרער און אַ תפילה 


פּער אין גרוב אַריין. ער לאָזט זיך נישט רירן פון אָרט. איך קריך 
אַריבער אויף דער צוייטער זייט און שטופּ אים צו צום גרוב. עס 
געלינגט מיר אים איבערצודרייען און זיין רעכטע האַנט פאַלט אויף 
מיין האַלדז, װי ער װאָלט מיך ועלן אַרומנעמען... נאָך אַ מאָל 
שטרענג איך אָן די כוחות, גיב אַ שטופּ, און ער ליגט שוין אין גרוב 
מיטן פּנים צום אויסגעשטערנטן הימל, 

אַן אָפּגעשװאַכטער, זעץ איך זיך לעבן דעם קבר. דאָס רעכטע 
אויג פאַרגייט נאָך אַלץ מיט אַ דינעם נעפּל. פון ווייטנס דערנענטערט 
זיך אַ גערויש. שנעל ליג איך זיך לעבן דעם טױטן אַ צוג פאָרט 
אַדורך מיט אַ גערודער: איך פיל די היץ, װאָס שלאָגט פון דער מאַשין 
און איך ציטער, וי כװואָלט מורא געהאַט, אַז דער טויטער זאָל זיך 
נישט װועקן. ווען דער געהילך רייסט זיך איבער ליג איך נאָך אַלץ 
אויסגעצויגן. ס'גלוסט זיך מיר נישט אויפשטיין: כ'האָב נישט קיין כוח 
צו נייע אָנשטרענגונגען. די ערד װאַרעמט מיך אַזױ גוט... 

עס פאַלט װידער אַ שניי. דער טויטער וװערט באַדעקט צו ביס- 
לעך מיט אַ וייסן לבוש, וי די נאַטור װאָלט אים אָנגעטאָן תכריכים. 
עס װעקט זיך אין מיר אַ שרעק: דער פרישער שני קאָן נאָך פאַרשיטן 
דעם קבר! איך נעם האַסטיק אַרױפשאַרן די בלעטער. אַ שװאַרצער קבר 
אין מיטן דער ווייסער װעלט! באַלד װעט דער ווייכער שניי אים צודעקן 
און קיינער װעט דעם מת נישט שטערן זיין שלאָף. 


סעלעקציעס 


דער פאַקט, װאָס איך האָב זיך אַנטשלאָסן צו שפּרינגען פון צוג 
אַ נאַקעטער אין דער קאַלטער נאַכט האָט זיכער גורם געװען דאָס 
געפיל, אַז דער טויט איז מיר נישט נוגע, אַז מיך האָט באַהערשט די 
איבערצייגונג אַז מיין אױסגאַנגס-פּונקט איז ,די זייט" און אַז אויך 
דאָרט, אינעם שניי, דערװאַרט מיך ,די זייט", דאָס לעבן 


131 


יוסף ויינבערג 


די אַנדערע אין װאַגאָן האָבן נישט געװאָלט שפּרינגען וייל זי 
זענען שוין געווען רעזיגנירט אין די דאָזיקע רגעס פון זייער לעבן, זי 
האָבן זיך שוין געזען אויף איענער זייט", אין רשות פון טױיט. 


ביי מיר אָבער איז געווען אַן עקשנות פון לעבן, װאָס די אַנדערע 
האָבן אפשר נישט געהאַט אין אַזאַ מאָס וי איך. 
די דאָזיקע עקשנות, וי וייט קאָן דערגיין, אָדער אָנהאַלטן? 


דאָס איז וידער דער סוד פון טויט און פון לעבן, צי גאָר 
פון גורל. 


איך וויל נאָך דערציילן וועגן דאָזיקן סוד, װאָס טראָגט דעם נאָמען: 
;סעלעקציע". 


אייגנטלעך, דאַרף דאָס אָנגערופן ווערן אין מערצאָל: ;סעלעק- 
ציעס?", ווייל דאָס װאָרט איז כולל אַ פילפאַכיקן פענאָמען, װאָס איז נוגע 
נישט בלויז דעם יחיד, נאָר דעם כלל. 

סעלעקציע... 

דער דאָזיקער מאָדערנער אויסדרוק איז אַזױ אַריין זינט דעם סוף 
פון דער צווייטער וועלט-מלחמה אין דעם שפּראַך-באַנוץ, אַז אָפט פאַר- 
געסט מען, לייענענדיק אָדער הערנדיק דאָס דאָזיקע װאָרט, אין דעם 
גרויליקן אינהאַלט, װעלכן די דייטשן האָבן אין דעם װאָרט אַרײנ- 
געלייגט. דאָס װאָרט ,סעלעקציע" געפינט מען אין הונדערטער ביכער, 
עס װערט איבערגעחזרט טויזנטער מאָל. 


סעלעקציע האָט באַדײט די לעצטע גורלדיקע גרענעץ צװישן לעבן 
און טויט, דער ראַנד פון װאַנען דער מענטש איז געשטויסן געװאָרן אין 
תהום אַריז. דאס איז געווען דאָס אָרט װו אַ קליינע האַנט-באַװעגוני 
האָט דעצידירט וועגן טויט און לעבן 


די קליינע האַנט-באַװעגונג איז געווען דער איינציקער דעצידירג- 
דיקער שופט איבער טױט און לעבן, דער לעצטער, ענדגילטיקער 
אורטייל. 


132 


אַ טרער און אַ תפילה 


די האַנט-באַװעגונג האָט געהערט צו אַ מענטש, אַ קלין מענ- 


טשעלע -- אַ דייטש אין אַ מונדיר מיט די צוויי אותיות: 5 9 

שוין ביי דער באַן אין אוישוויץ אָדער אין אַן אַנדערן לאַגער איז 
עס געשטאַנען, דאָס מענטשעלע. טײלמאָל האָט ער געהאַלטן אַ קלין 
שטעקעלע אין האַנט, טײלמאָל איז דאָס געווען אַ הענטשקע, װאָס ער 
האָט געטראָגן (זיי האָבן ליב געהאַט ביים אויספירן טיוולאָנישע אַקציעס 
צו באַניצן זיך מיט זייערע הענטשקעס). 

עס שטײיען אויסגעשטעלט הונדערטער יידישע מענטשן, ועלכע 
זענען נאָר-װאָס אַרױסגעשלעפּט געװאָרן פון די בהמה װאַגאָנען. די 
אאָפּעראַציע?" דויערט עטלעכע מינוט: אַ קליינע באַװעגונג מיט דעם 
שטעקעלע, אָדער מיט דער הענטשקע און מען ווערט אַװעקגעשטפּט 
אין אַ זייט. אַ צווייטע באַװועגונג באַדײט, אַז מען דאַרף זיך שטעלן 
אויף דער אַנדערער זייט. אָט די זייט מיינט גיין צו דער גאַזיקאַמער 
און קרעמאַטאָריע. די צווייטע זייט מיינט צײיטװוײיליק לעבן 


די יידן װאָס ווערן אַזױ סעלעקציאָנירט ווייסן אַז דאָס הייסט: ,מי 
לחיים ומי למות", װוער צום לעבן און און ווער צום טױיט. אָבער אין 
דער ערשטער רגע גיבן זיי זיך נישט אָפּ קיין דין-וחשבון וועגן דעם 
צו וועלכער קאַטעגאָריע זיי זענען באַשטימט געװאָרן. דאָס דויערט נישט 
לאַנג, ווייל באַלד זעען זיי זייערע שכנים און זיי פאַרשטייען שוין אַלץ. 
אויב זענען דאָס אַלטע און קינדער איז דאָס פאַר זי אַ זיכערער טויט. 
און מען דאַרף זיך נישט טועה זיין: אַלטע באַדייטן יידישע מענער און 
פרויען פון אַ קנאַפּע פערציק יאָר. 


אַזזי זעט אויס די ערשטע סעלעקציע. אַזױ זעען מיר זי, אַזױ 
שרייבט מען וועגן איר, אַזױ לייענט מען וועגן איר. 

דאָס װאָס מיר זעען נישט איז די אינערלעכע איבערלעבעניש פון 
יעדן יידישן יחיד, וועלכער שטייט פאַר דער סעלעקציע. מען קען נישט 
זיינע געפילן, זיין טיף-באַהאַלטענע רעאַקציע. 


איך זאָג אינערלעכע איבערלעבעניש, אָדער טיף-באַהאַלטענע רע- 


133 


יוסף ויינבערג 


אַקציע, ווייל קיין אויסערלעכע רעאַקציע איז נישט געווען בנמצא, נישט 
פון מורא, נישט פון שרעק, נישט פון ויינען אָדער שרייען. 


אַ ‏ שטומע עדה יידן, װאָס ואַרטן אויף אַ זיכערן טויט. 


דאָס יידישע קינד 


געווען זענען צייטן אין אוישוויץ ווען די טראַנספּאָרטן זענען געווען 
גרויסע און גאָר אָפטע, און אין דער פרי, ביים אַרױסגײין פון די װאַגאָנען, 
האָט מען גלייך אין זיך איינגעזאַפּט דעם גערוך פון פאַרברענטע מענטש- 
לעכע גופים. אין אָט די טעג האָבן די קרעמאַטאָריע-אױװװונס נישט 
געקאָנט אַרייננעמען די טויזנטער דערשטיקטע גופים פון די גאַזיקאַמערן; 
האָט מען דעריבער געברענט די גופים, װאָס די קרעמאַטאָריעס האָבן 
נישט געקאָנט אַרייננעמען, אויף דער פרייער לופט, און דער אומהיימ- 
לעכער רויך האָט זיך געטראָגן קילאָמעטערס ווייט אַװעק. די װאָס זענען 
אין די דאָזיקע פרימאָרגנס געשטאַנען אויסגעשטעלט אויף די סעלעקציעס 
ביי דער באַן האָבן זיך גלייך לױיטן שטיקנדיקן רויך שוין גאָרנישט 
געקאָנט טועה זיין. יעדער האָט געװוסט װאָס דאָס באַדײיט. דאָך האָט 
מען נישט געוויינט און נישט געשריגן. 


ביי די דאָזיקע סעלעקציעס איז פאָרגעקומען עפּעס אַזױנס װאָס 
האָט נישט זיינס גלייכן אין דער מענטשלעכער געשיכטע. און דאָס איז 
דאָס אומברענגען דאָס יידישע קינד. איך שטרייך אונטער די װערטער: 
יידיש קינד, וייל דער דאָזיקער אומקום איז נוגע בלױיז און אויס- 
שליסלעך דעם יידישן קינד, צו וועלכן די דייטשן האָבן אויך שפּעטער 
צוגעגעבן דאָס ציגיינער-קינד. 


1244 


אַ טרער און אַ תפילה 


אויף דער ערשטער סעלעקציע ביי די באַנען, אָדער אויף די 
אַנדערע זאַמל-פּלעצער האָט זיך געפונען דאָס יידישע קינד. דאָס 
יידישע קינד און נישט דאָס פּוילישע, דאָס טשעכישע, דאָס אונגאַרישע, 
דאָס האָלענדישע, דאָס פראַנצויזישע, אָדער פון וועלכער ס'איז אַנ- 
דערער נאַציע. 


דאָס יידישע קינד האָט זיך שטענדיק געפונען אויף דער זייט פון 
די װאָס זענען סעלעקציאָנירט געװאָרן צום טױט. 


געווען זענען דאָס גאָר קליינע קינדער, װאָס זייערע מאַמעס, טאַטעס, 
אָדער זייערע שוועסטערלעך צי ברידערלעך האָבן זיי געפירט ביי די 
הענטלעך ; געווען אַזעלכע גאָר קליינע װאָס מען האָט זיי געטראָגן אויף 
די הענט, געוען אַפילו אַנדערע קינדער פאראיינזאַמטע, װאָס זענען 
געגאַנגען אַלין, דאָס הייסט אַזעלכע, װאָס האָבן שוין נישט געהאַט 
נישט קיין מאַמען און נישט קיין טאַטן, נישט קיין שוועסטער און נישט 
קיין ברודער, וועלכע זאָלן זיי פירן. 


אויך דאָס יידישע קינד האָט נישט געװויינט און נישט געשריגן 
אויף דער סעלעקציע. 

איך שרייב בלשון יחיד: ,דאָס יידישע קינד", וייל איך האָב פאַר 
מיינע אויגן איין און איינציק יידיש קינדיש קעפּעלע, װאָס איך זע 
אַרױסטראָגן פון װאַגאָן און אַרײנטראָגן אָן געוויין און אָן געשריי אין 
דער גאַזדקאַמער. און איך וויל אַז דער לייענער פון די דאָזיקע שורות 
זאָל זען בלויז דאָס איין און איינציקע יידישע קינד װאָס ווערט אַװעק- 
געפירט צום טויט. דערנאָך זאָל ער דאָס קליינע שװאַרץ-האָריקע קינ- 
דישע קעפּעלע פאַרטאָפּלען, פאַרפילפאַכן, עס זאָל וערן פאַרטויזנט, 
פאַרמיליאָנט ! 


די שפּעטערדיקע סעלעקציעס זענען שוין פאָרגעקומען אין די לאַ- 
גערן. דאָס איז געװוען אין דער צייט וען די דייטשן האָבן אויס- 
געליידיקט די לעצטע ידישע שטעטלעך. אין די לאגערן איז מער 
נישט געווען קיין פּלאַץ. אַ סיבה איז אויך געװען דאָס װאָס די יידן 


135 


יוסף וויינבערג 


וועלכע זענען סעלעקציאָנירט געװאָרן צו גיין אין לאַגער אַרײן און 
נישט אין קרעמאַטאָריע-אױוון, זענען שנעל געפאַלן פון די כוחות און 
זענען אַזױ אַרום פאַרװאַנדלט געװאָרן אין מוזולמענער. 


יעדע עטלעכע טעג האָט זיך איבערן לאַגער פונאַנדערגעטראָגן דער 
אויסגעשריי: קאַלע יודען אַנטרעטען!". 

די יידן האָבן זיך אויסגעשטעלט אין זייערע בלאָקן, נאַקעטע, און 
ווידער זענען זיי געשטאַנען פאַרן דייטש מיטן שטעקעלע אָדער מיט דער 
הענטשקע. ער האָט אָנגעקוקט דעם קרבן פון פאָרנט, באַפױלן אים זיך 
אויסדרייען און געהייסן פאַרשרייבן זיין נומער -- צו דער גאַזדקאַמער. 
צומאָרגנס האָט דער קרבן שוין נישט געלעבט. 

= 

וי שוין דערמאָנט, איז װאָס שייך דער סעלעקציע צװוישן קינדער 
איז דאָס געווען בלויז אַ יידישער פאַל. מען קאָן דאָס אפשר אויך נישט 
אָנרופן סעלעקציע, ווייל מען האָט קיין יידישע קינדער נישט סעלעק- 
ציאָנירט, נאָר זיי באַשטימט צו פאַרניכטונג אָן אויסנאַם. אָבער װאָס 
שייך דער סעלעקציע פון דערװאַקסענע, איז זי געווען חל בלויז לגבי יידן. 
קיין שום אַרישער מאַן אָדער פרוי א"ז נישט אונטערגעליגן קיין סע- 
לעקציע. 


דאָס איז געווען אומעטום דער אונטערשיד צװישן דעם יידישן 
דעפּאָרטירטן און דעם נישטיידישן דעפּאָרטירטן. די נישט-ידן האָבן 
געאַרבעט און געליטן גענוי וי די יידן. זיי האָט אויך דאָס שווערע 
לעבן פאַרואַנדלט אין מוזולמענער. נישט געוען אין דעם פאַל קין 
אונטערשיד צווישן יידן און נישט-יידן. אָבער צו דער סעלעקציע זענען זי 
נישט געשטעלט געװאָרן, צו דער גאַזיקאַמער זענען זיי נישט באַשטימט 
געװאָרן. 

איך וויל, אַז יידן פון אַלע דורות זאָלן דאָס ויסן, איך ויל אַז 
מענטשן פון דער גאָרער װעלט און פון אַלע צייטן זאָלן דאָס געדענקע. 


136 


אַ טרער או אַ תפילה 


זאָל מען היינט, נאָך איבער דרייסיק יאָר זינט דעם יידישן אומקום, 
אַרײנגײן אין ישראל, אין פּאַריז, צי ערגעץ-אַנדערש אין אַ שטוב וו 
עס זיצט אַ ייד ביי אַ ניי-מאַשין, ביי אַ שוסטער-קאָפּיטע, ביי אַ ספר, 
ביים לערנען אַ בלאַט גמרא און זאָל מען זיי פרעגן, די װאָס זענען 
ניצול געװאָרן פון אַ סעלעקציע, װאָס זענען געװוען זייערע איבערלע- 
בענישן אין יענע רגעס? 


ר' משהלע 


בעת דער ערשטער גרויסער סעלעקציע אין לאַגער פון בירקענוי 
האָט זיך מיר אויף אַ קורצע ויילע אױיסגעדאַכט אַז איך האָב געפונען 
אַן ענטפער אויף די דאָזיקע פראַגן. איך אַליין בין אויך דעמאָלט, וי 
אַלע אַנדערע יידן, געשטאַנען צו דער סעלעקציע, אָבער מיין נומער איז 
נישט פאַרשריבן געװאָרן, אָבער דער נומער פון מיין נאָענטן שכן 
ר' משהלע, איז יאָ פאַרשריבן געװאָרן. האָב איך אים אַ רגע געקוקט 
אין די אויגן אַריין און מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז איך לייען אַרױס 
פון זיי דעם סוד פון איינעם װאָס שטייט ביים ראַנד, ביים ראַנד פון טויט, 


ר' משהלע איז פּאַר מיר געווען פון דער ערשטער רגע אָן פון אונדזער 
באַקאַנטשאַפט אין לאַגער ביז צו דער סאַמע לעצטער רגע זינער 


137 


יוסף הינפערג 


אַ געהיימעניש. איך האָב זיך מיט אים באקענט ביי אויסטערלישע באַ- 
דינגונגען. טראָץ דעם װאָס מיר זענען עטלעכע חדשים געווען צזאַמען 
אין לאַגער האָב איך קינמאָל גאָרנישט וועגן אים געװווסט. 


דאָס ערשטע מאָל ווען איך האָב אים געזען האָב איך געהאַט פאַר 
זיך אַ קליין אױסגעדאַרט יידעלע, אַ נאַקעטס, װען מען האָט, פאַרן 
קומען אין לאַגער בירקענוי, נאָך דער באַןדסעלעקציע, אָפּגעשױרן ביי 
אונדז די האָר פון די קעפּ. איך בין אויך געווען נאַקעט און מיר 
זענען געווען מיט אַ סך אַנדערע פאַר דער טיר װאָס האָט געפירט צו 
דער זאָנע צום אױסבאָדן. דאָרט איז געשטאַנען אַן אויסגעפרעסענער 
דייטש מיט אַ גראָבן שטעקן, מיט ועלכן ער האָט יעדן פון אונדז 


דערלאַנגט אַ שווערן קלאַפּ. איך האָב גראָד צופעליק דעם שטעקן באַ- 
קומען איבער דער פּלײצע און איך האָב אינסטינקטיוו געמאַכט אַ באַ- 
וועגונג מיט דער האַנט. דעם צוייטן קלאַפּ האָב איך באַקומען איבער 
דער האַנט. אַזױ אַרום האָט דער שטעקן אויסגעמיטן דעם קאָפּ פון 


דעם קליינטשיקן ייד, וועלכער איז געגאַנגען לעבן מיר. 


אַזױ האָב איך זיך באַקענט מיט ר' משהלען. 


איך בין ביז היינטיקן טאָג איבערצייגט, אַז מיין האַנט-באַװעגונג 
דעמאָלט איז געווען אַן אינסטינקטיווע בכדי מיך צו באַשיצן פון 
אַ צווייטן קלאַפּ. איך גלויב אָבער, אַז ר' משהלע האָט דאָס אַנדערש פאַר- 
שטאַנען ; ער איז געווען זיכער, אַז איך האָב מיין האַנט אונטערגעשטעלט 
בכדי צו פאַרמיידן אַז ער זאָל דעם קלאַפּ באַקומען איבערן קאָפּ. 


מיר האָבן קיינמאָל וועגן דעם נישט גערעדט. מיר האָבן איבערהויפּט 
כמעט קינמאָל נישט גערעדט איינער צוּם צווייטן. ר' משהלע איז געווען 
אַ שטילער באַהאַלטענער ייד, ער איז געווען קאַרג אויף אַ װאָרט און 
ער האָט פּשוט בכלל נישט גערעדט. איך האָב נישט געװוסט פון װאַנען 
ער שטאַמט און אויך צי ר' משהלע איז פאַקטיש געוען זיין נאָמען 
אָדער עמעצער אין געטאָ וו ער איז פריער געווען. אָדער אפשר שוױן 


138 


אַ טרער און אַ תפילה 


אין צוג קיין אוישוויץ האָט אים דעם נאָמען געגעבן, ווייל דער נאָמען 
ר' משהלע האָט צוגעפּאַסט צו זיין נעבעכדיקן אויסזען. 


פון דער ערשטער רגע ווען איך בין געשטאַנען מיט אים פאַר דער 
טיר צו דער זאָנע צום אױסבאָדן זיך האָט ער זיך געהאַלטן לעבן מיר 
גאָר נאָענט, גאָר נאָענט אָן אַ װאָרט אַרױסצורעדן צו מיר. ער האָט 
מסתמא געפילט אין מיר אַ מאָראַלישן כוח, אַ כוח װאָס ער האָט גע- 
דאַרפּט בכדי אָנצושפּאַרן זיך אין אים. אין דער אמתן האָב איך אין 
די דאָזיקע רגעס געהאַט אַ גרעסערן כוח פון אַ סך אַנדערע, וייל פאַר 
מיר איז בירקענוי שוין געווען מיין צווייטער שװוערער לאַגער נאָך דעם 
יאַנאָװער לאַגער אין לעמבערג װו די באַדינגונגען זענען געווען וויט, 
גאָר ווייט, שווערערע. דאָרטן זענען אויך געװוען סעלעקציעס װאָס 
האָבן אָבער געטראָגן אַ פּערמאַנענטן כאַראַקטער און מען האָט נישט 
פאַרשריבן קיין נומערן, נאָר מען האָט דערהרגעט אויפן אָרט. צוויי מאָל 
אין טאָג, אין דער פרי, ביים לויפן צו דער אַרבעט און אין אָװנט ביים 
אַפּעל. פאַרשטייט זיך אַז נאָך ראָקיטאַס ,דריי דיך אום" און די מאַס- 
הריגות אין יאַנאָװער לאַגער האָט מיין אָנקומען אין בירקענוי נישט 
געמאַכט אויף מיר אַזאַ איינדרוק װוי אויף די אַנדערע. פון דעם האָט 
זיך גענומען מיין מאָראַלישער כוח. ר' משהלע האָט אים אַרויסגעפילט 
(ס'איז נישט מעגלעך אויפצוקלערן וי אַזױ) און ער האָט זיך באַמיט 
אין מיר זיך אָנצולענען. 


דאָס איז געווען אַן אָפּטע דערשיינונג אין לאַגער אַז אַ שװאַכער, 


אָדער אַזעלכער װאָס האָט זיך געהאַלטן פאַר אַ שװאַכן, האָט געזוכט 


אָנצולענען זיך אויף אַ שטאַרקערן פון אים און טאַקע דער שטאַרקער 
האָט זיך אינסטינקטיוו צוגעקליבן אַ שװאַכן בכדי אים צו באַשיצן. 


דעם זעלבן טאָג האָב איך געפונען ר' משהלען לעבן מיר אויף דער 
פּריטשע אין בלאָק. 


ער איז זיכער געװען אַ פרומער ייד. אַ באַהאַלטענע פרומקייט, 


אַ באַשײדענע האָט פון אים אַרױסגעשטראַלט. דער איינציקער באַװייז 


139 


יוסף וויינבערג 


פון זיין פרומקייט איז געווען דאָס, װאָס ער האָט קיינמאָל נישט געגעסן 
קיין װוורשט, װאָס ער האָט אויסגעטוישט אויף אַ קליין שטיקעלע ברויט. 
וי נאָענט ער האָט זיך געפילט צו מיר האָט ער קײנמאָל מיר נישט 
פאָרגעלייגט אויסצוטוישן מיט אים זיין װוורשט. דאָס איז געוען אַפילו 
אַ נאַאיווער אויסדרוק פון פרומקייט, ווייל איך גלויב אַז אַ גרויסער טייל 
פון די װוורשטן װאָס מיר האָבן פון צייט צו צייט באַקומען איז געווען 
פון סינטעטישער אױסאַרבעטונג. אין לאַגער האָט מען געזאָגט, אַז די 
דייטשן מאַכן די װורשטן פון קוילן. 


ווען מיר זענען דעם ערשטן טאָג אַרױסגעגאַנגען צו דער אַרבעט 
אויף דעם שאָסײ האָב איך ווידער ר' משהלען געטראָפן לעבן מיר. אָט 
אַזױ זענען מיר געווען צוויי נאָענטע מענטשן, װאָס האָבן קיין איינציק 
װאָרט נישט ארויסגערעדט צווישן זיך. איין מאָל האָב איך זיך צוגערוקט 
צו אים. דאָס איז געווען צו כל-נדרי, ערב יום-כיפּור, ווען מיר האָבן 
זיך צוזאַמענגענומען אין בלאָק. ער איז געשטאַנען אין אַ ווינקל, זיינע 
אויגן זענען געווען פאַרמאַכט און זיינע ליפּן האָבן זיך באַװעגט אין 
אַ תפילה. אין אָט דער רגע האָב איך דערפילט, אַז איך דאַרף זיין 
נאָענטקײט. האָב איך זיך צו אים צוגערוקט. ער האָט געדאַװנט און איך 
האָב געהערט. 


שפּעטער האָבן מיר זיך פאַרלוירן איינער פון צווייטן. איך האָב מיך 
איינגעשלאָסן אין דעם טיפוס-בלאָק מיט די רוסן, וועגן וועלכע איך 
האָב שוין געשריבן, און ער איז געבליבן ערגעץ אין אַן אַנדערן בלאָק. 


ווען מען האָט שפּעטער אין קאַראַנטין-לאַגער אויסגעשריגן: קאַלע 
יודען אַנטרעטען!. און איך האָב זיך געפונען מיט אַלע אַנדערע אויפן 
אַפּעל צו דער סעלעקציע איז ר' משהלע וידער געשטאַנען לעבן מיר. 


אים האָט מען פאַרשריבן אין גאַזיקאַמער אַריײן, צום טויט. 


ווען מען האָט אונדז אָפּגעטײלט איינעם פון אַנדערן האָט ר' משהלע 


140 


אַ טרער און אַ תפילה 


צום ערשטן מאָל צו מיר גערעדט. ער האָט מיר געזאָגט איין זאַץ, קוים 
עטלעכע װערטער: ,ר' יוסף, איר זאָלט דערציילן". 
דאָס איז געווען זיין צוואה. 


און װי קען מען פאַרשטיין און באַנעמען פון די עטלעכע װערטער 
דעם סוד פונעם ראַנד, פונעם מצב װאָס איז נישט מער דאָס לעבן און 
איז נאָך נישט דער טויט? 


דער לעצטער אָטעם-הויך פון אַ פרומען ייד פאַר דער גאַזיקאַמער: 
;איר זאָלט דערציילן?. 


דאָס איז געווען די ערשטע גרויסע סעלעקציע סיי פון קאַראַנטין- 
לאַגער און סיי פון בירקענוי. שפּעטער זענען געקומען די אַנדערע 
סעלעקציעס, איינע האָט געיאָגט די אַנדערע, אַזױ יעדע עטלעכע טעג. 
דורך די שמאָלע לעכער פון דער נעץ בין איך יעדעס מאָל אַרױס מיט 
ניסים, ביז עס איז געקומען די לעצט-לעצטע פאַר מיר און אַלע װאָס 
זענען ניצול געװאָרן בעת די פריערדיקע סעלעקציעס. 


צי האָב איך זיך דעמאָלט אין בלאָק נומער דריי שוין געפונען 
אויפן ראַנד ? 


יעדער איינער פון אונדז האָט אַדורכגעלעבט אָט די רגעס. בי 
איינעם איז דאָס געווען אַ קורצע שװאַכקײיט װאָס האָט געדויערט עט- 
לעכע מינוט; ביי אַ צווייטן האָט די שװאַכקײט געדויערט גאָר לאַנגע 
מינוטן און אַפילו שעהען. ביי אַן אַנדערן איז דאָס פאַרװאַנדלט געװאָרן 
אין אַ כסדרדיקן מצב, פון וועלכן ער איז מער נישט אַרױס. ער האָט 
נאָך געלעבט נאָך דעם וי ער איז ניצול געװאָרן פון דער לעצטער 
סעלעקציע טעג, װאָכן און אפשר אַפילו חדשים, אָבער דעם לאַגער 
האָט ער נישט איבערגעלעבט. 


ווען איך יל זיך דערמאָנען אין מיינע קורצע רגעס וען איך 
בין שוין געשטאַנען ביים ראַנד פון דער לעצטער גרענעץ פון טױט, קום 
איך אין מיינע מחשבות צוריק צו דעם ,דריי דיך אום" פון ראָקיטאַ אין 


141 


יאַנאָװער לאַגער. דאָס איז שוין געווען דער טויט. די אויגן זענען נאָך 
אָפן און זעען נישט. די אויערן זענען אָנגעשפּיצט און זיי הערן נישט. 
אַ געדאַנק קומט אויף װי אַ בליץ און פאַרשװוינדט: מאַמע! טאַטע! -- 
רייסט זיך אַרױס פון מיר. אַ נעפּל װויקלט מיך איין. 


מער גאָרנישט. 
+ 38 
צ 


דאָס נישט קאָנען דעפינירן דאָס אילװאָרישע נאָך נישט געפינען 
זיך אויף דער סאַמע לעצטער גרענעץ ביים ראַנד פון טוט, נאָך די 
סעלעקציעס אין די לאַגערן פון אוישוויץ, האָט זיך זיכער גענומען פון 
דעם װאָס דאָס אָרט פון דער סעלעקציע איז געוען נאָך וייט און 
אָפּגעזונדערט פון דעם אָרט פון טויט. די סעלעקציע איז פאָרגעקומען 
אויף די פּלעצער פון די פאַרשידענע לאַגערן פון בירקענוי און אוישוויץ 
און די גאַזיקאַמערן און קרעמאַטאָריעס האָבן זיך געפונען עטלעכע 
הונדערט מעטער ווייטער. איז, טראָץ דעם װאָס דאָס אָפּגעבן זיך אַ דין- 
וחשבון פון טויט איז געווען אַ קלאָרער און האָט נישט איבערגעלאָזט 
קיין שום ספק, האָט זיך נאָך דער מענטש דאָך נישט געפונען אין תחום 
פון טויט. 


אויך דער דויער פון צייט האָט דאָ געהאַט זיין אויסווירקונג. פון 
דער סעלעקציע ביזן פאַרגאַזץ זענען געויינלעך אָפּגעלאָפן פיר און 
צװאָנציק שעה. די סעלעקציע איז פאָרגעקומען אין פרימאָרגן און דאָס 
פאַרגאַזן דעם נאָענטסטן פרימאָרגן. די אמתדיקע קאָנפראָנטאַציע מיטן 
טוט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן פון דער רגע אָן װען די טויערן פון 
דער גאַזיקאַמער האָבן זיך צוגעשלאָסן, נאָך דעם װי דער מענטש איז 
דאָרט אַרײנגעשטופּט געװאָרן. עס איז מיר נישט באַקאַנט צי אַזאַ מין 
עדות (פון דער גאַזיקאַמער אינעוייניק) איז ערגעץווו בנמצא און ער 
קאָן װעגן דעם שוידערלעכן הריגה-אָרט דערציילן. 


די, װאָס האָבן דעם דערשטיקטן קרבן אַרױסגעטראָגן פון דער 
גאַזיקאַמער, נאָך דעם װי אירע טויערן האָבן זיך צוריק געעפנט און 


142 


אַ טרער און אַ תפילה 


זי האָבן אים אַריבערגעטראָגן צו דער קרעמאַטאָריע, האָבן געקאָנט 
זיין בלויז עדות פון זיין טויט שוין מחוץ דער גאַזיקאַמער. 


אין שייכות דערמיט מוז איך, דער לעבן-געבליבענער, זיך אומ- 
קערן צו דער צייט פון מיין געפינען זיך אין יאַנאָװער לאַגער, און אויך 
צו דער צייט װען אויפן פּוסטן פעלד פון גרויסן מאַסן-קבר בין איך 
צוזאַמען מיט די אַנדערע גרעבערס פון אָט דעם מאַסן-קבר אַרײינגעשאָסן 
געװאָרן אויף דער גאַנצער מאַסע טויטע און האַלב-טױטע, װאָס האָבן 
זיך שוין דאָרט געפונען. 


דאָרט, אויף די צוויי ערטער, איז דער טױט געגעבן געװאָרן אויפן 
אָרט און תיכף. צייט און אָרט האָבן דאָ נישט געשאַפן די מינדסטע 
אילוזיע, וי אין אוישוויץ. 


איך האָב שוין באַשריבן די רגע פון ראָקיטאַס ,דריי דיך אום" 
אין יאַנאָװער לאַגער. איך בין ביזן היינטיקן טאָג איבערצייגט, אַז ווען 
דער מערדער האָט געשאָסן פון הינטן אין קאָפּ אַרײן פון זיין קרבן 
האָט ער געשאָסן צו אַ מענטש, װאָס האָט זיך שוין אין יענער רגע, 
ווען די קויל האָט אויפגעבליצט, געפונען אויף יענער זייט פון לעבףן 
דאָס הייסט, אַז ראָקיטאַ האָט שוין אפשר געשאָסן אין קאָפּ פון אַ טױטן. 
די באַװעגונג, װאָס דער מענטש האָט געמאַכט נאָך ראָקיטאַס דריי ווער- 
טער, בכדי זיך אומצודרייען צו אים מיטן רוקן, איז שוין געווען אַ באַ- 
וועגונג פון אַ טויטן, ביי וועמען עס האָט זיך אין דער בליץ-רגע אויס- 
געלאָשן דער לעצטער פונק פון לעבן. דאָס הייסט, אַז די ווערטער האָבן 
געהרגעט פריער פאַר דער קויל. 


אויך אין דעם פאַל בין איך נישט דער סאַמע ריכטיקער עדות. 
ווייל אויב איך לעב האָב איך דאָך נישט געקענט, נאָך די דריי ווערטער, 
די סאַמע לעצטע גרענעץ װאָס שיידט אָפּ דאָס לעבן פון טויט. עס האָט 
אין מיר געשטעקט אַ פונק פון וילן װאָס איז געווען שטאַרקער פון 
ראָקיטאַס דריי ווערטער, װאָס האָבן געהרגעט. 


143 


יוסף וריינבערג 


װיל איך איצט אויפלעבן אָט די רגע וען עס האָט זיך אין מיר 
אָנגעצונדן דער דאָזיקער פונק פון ווילן. איך האָב שוין דאָס געטאָן 
פריער און איך קום צוריק צו יענער רגע. איך וייס, אַז אַ סך צייט 
איז זינט דעמאָלט פאַרביי. אַ סך מאָל מעקט די צייט אָפּ פון זכרון אָט 
אַזעלכע רגעס. וי שוין געזאָגט, שרייב איך אָט די װערטער אַ קנאַפּע 
פינף און דרייסיק יאָר נאָך דעם וי די געשעענישן זענען זיך פאַרלאָפן. 
דאָס זענען אָבער נישט קיין איבערלעבענישן װאָס שטעקן בלויז אין 
מיין זכרון ; זיי זענען אין מיר, ערגעץ טיפער וי דאָס האַרץ װאָס קלאַפּט 
אין מיר, מער אינטימער וי דער זכרון װאָס װעקט זיך: עפּעס אַזױנס 
װאָס געהערט צו דעם ;כל זמן שהנשמה בקירבי" און װאָס פאַרשווינדט 
צוזאַמען מיט מיר. 


איך וייס, אַז עס איז היינט אַ מאָדע צו באַהאַנדלען די אַלע 
פּראָבלעמען אויף אַ אוויסנשאַפטלעכן? אופן. 


איך האָב זיך מיט עטלעכע װאָכן צוריק באַטײליקט אין פּאַריז 
אין אַ מסיבה פון גאָר בכבודיקע יידן, װוו אַ וויכטיקער פּראָפּעסאָר האָט 
אַרױסגערופן באַװוונדערונג װען ער האָט אויפגעקלערט וי אַזױ די 
פּראָבלעמען פון דעם אומקום פון די זעקס מיליאָן יידן דאַרפן באַהאַנדלט 
ווערן װיסנשאַפּטלעך, איך שטרייך אונטער דעם פּראַנצויזישן אויסדרוק: 
זסט811114 5616 איך ווייס, אַז עס איז אַפילו צו דעם צװעק אַנט- 
שטאַנען אַ גאַנצע שול פון װיסנשאַפטלער. בין איך מודה ומתוודה, אַז 
דאָס װאָס איך דערצייל לאָזט זיך נישט אַרײננעמען אין די כעמישע 
אָדער פיזישע ראַמען פון אַ שטרענגער ויסנשאַפט. איך בין איבער- 
צייגט, אַז איך בין נישט דער איינציקער צװוישן די, װאָס זענען ניצול 
געװאָרן פון היטלער-גיהנום, וועלכער קאָן נישט אַרײננעמען זיינע 
איבערלעבענישן אין די ראַמען פון אַ שטרענגער ויסנשאַפט. וייל וי 
ווייט די װיסנשאַפט זאָל שוין נישט האָבן דערגאַנגען, האָט זי פונ- 
דעסטוועגן נאָך נישט דערגרייכט די שטופע, אַז זי זאָל זיין ביכולת 
,אויפצוקלערן" דעם מצב פון דער מענטשלעכער נשמה אין יענע לעצטע 
פּיינלעכע רגעס. 


144 


אַ טרער און אַ תפילה 


איך וויל פּרובירן ווידער אויפלעבן יענע רגע, די איינציקע רגע 
ווען אויף דער װאָגשאָל פון גורל האָט זיך געוויגט מיין לעבן און מיין 
טויט. אפשר זענען געווען אַנדערע, גאָר געציילטע אַזעלכע רגעס, װאָס 
איך בין איצט נישט בכוח זיי ווידער אויפצולעבן. 


א 58 
* 


איצט איז זונטיק, דער זעקסטער טאָג אין חודש נאָוועמבער. נעכטן 
שבת, דעם פיר און צװאָנציקסטן פון חודש חשוון, האָב איך געהאַט יאָר- 
צייט נאָך מיין פאָטער ע"ה. אין דער שול האָט מען מיך אויפגערופן צו 
דער תורה. ס'איז געווען אַ טריבער טאָג און איך האָב זיך דערמאָנט אַז 
פון אַלע די, װאָס זענען פון מיר אַװעקגעגאַנגען, איז מיר באַקאַנט, דאַכט 
זיך מיר, בלויז דער טאָג פון דער פּטירה פון מיין פאָטער. מיין מוטער 
חנה-דבורה ע"ה, מיין ברודער אלתר-חיים ע"ה, זיין פרוי און קינד, מיין 
שוועסטער פיידזי, מיין שוועסטער בריינדזי זענען אַװעק צװאַמען מיט 
דער גרויזאַמער צייט. קיינער פון זיי איז נישט געברענגט געװאָרן צו 
קבר ישראל. גיי איך אויף זײיערע קברים אין יענע רגעס וען זי 
קומען צו מיר. 


אָפּטמאָל, ווען איך קלעטער אויף די הויכע אַלפּן-בערג קומען זי 
צו מיר. נישט אַלע צוזאַמען קומען זיי, אַמאָל דער, אַ צוייט מאָל אַן 
אַנדערער. זיי קומען צו גיין אָט אַזױ פּשוט בכדי מיך צו באַגלײטן אין 
מיין איינזאַמקײט, בכדי אַ ביסל צו זיין מיט מיר צוזאַמען. שטעל איך זיך 
דעמאָלט אַװעק פאַר אַ הויכן שטיין, אָדער אַ בוים אַ געשפּאָלטענעם פון 
אַ דונער, און איך זאָג קדיש. אָט אַזױ אויף דעם באַרג, נענטער צו גאָט. 


עס זענען פאַראַן רגעס ווען זי קומט צו מיר -- צירעלע. 


145 


יוסף וויינבערג 


היינט זונטיק זיץ איך אַלין אין מיין װווינונג אין פּאַריז און שרייב. 
מיר געפינען זיך אין יאָר 1977. אין דרויסן שיינט די זון. אַזױ איז שוין 
מיין גורל. איך לעב איבער װוידער מיינע אַמאָליקע איבערלעבענישן ווען 
די זון שיינט. אפילו די איבערלעבענישן װאָס האָבן זיך פאַרלאָפן אין 
טריבע טעג... איך פיל דאָס נישט װי אַ שפּאָט פון גורל. אפשר איז דאָס 
גאָר אַ חסד? גאָטס אַ מתנה נאָך פינף און דרייסיק יאָר ? 


געווען איז דאָס אין אַ טאָג פון חודש יולי אין יאָר 1942 אין יאַנאָ- 
ווער לאַגער. די זון האָט געהאַלטן ביי אַװעקגײן, מאַכנדיק אָרט פאַר דער 
ערשטער טונקלקייט פון דער אָנקומענדיקער נאַכט. בײטאָג זענען צוגע- 
קומען אַ סך נייע יידן אין לאַגער אַרײן. אויף דער גאָר נאָענטער באַן- 
סטאַציע פון קלעפּאַראָף האָט מען אַ גאַנצן טאָג, פון באַגינען אָן, פאַר- 
לאָדן נאַקעטע יידישע מענטשן אין בהמה-װאַגאָנען װאָס האָבן זיײי גע- 
דאַרפט אָפּפירן קיין בעלזשעץ. 


אין דער דאָזיקער זיך דערנענטערנדיקער נאַכט איז געווען שין 
נאָכן אַפּעל. אויף דעם אַפּעל-פּלאַץ זענען געלעגן וי געויינלעך אַ סך 
קרבנות פון ראָקיטאַס ;דריי דיך אום" און אַ סך אַנדערע טױיטע, אויך 
שוין פון צװוישן די ניי-געקומענע. מען האָט באַקומען אַ ביסל זופּ און 
גלייך האָט זיך אָנגעהויבן דאָס אַריינשיסן אין דעם שלאָף-באַראַק. איך 
בין שוין דעמאָלט געווען זינט אַ צען טעג אין לאַגער און איך האָב זיך 
נאָך געפונען צװוישן די לעבעדיקע. איך גלויב נישט אַז עמעצער פון די 
װאָס זענען געקומען אין דער זעלבער צייט װאָס איך אין לאַגער אַרין 
האָט נאָך דעמאָלט געלעבט. 


דאָס מאָל איז דאָס אַרײינשיסן אין דעם שלאָף-באַראַק געווען גאָר 
שווער, ווייל די צאָל פון די ניי געקומענע איז געווען אַ גאָר גרויסע. וי 
שוין דערמאָנט, איז דאָס געווען בלויז די איינציקע געביידע פון דעם גע- 
וועזענעם תבואה-מאַגאַזין, וועלכער האָט געקאָנט אַרייננעמען קוים עט- 
לעכע הונדערט מענטשן. אויפן פּלאַץ פאַרן מאַגאַזין זענען געשטאַנען 


146 


אַ טרער און אַ תפילה 


עטלעכע טויזנט מענטשן. וי אַזױ ברענגט מען אַרײן עטלעכע טױזנט 
מענטשן אין אַ באַראַק װאָס קאָן אַרײיננעמען קוים עטלעכע הונדערט!? 
האָבן די רוצחים אויסגעאַרבעט אַזאַ/מעטאָד?: זיי האָבן אַרום דער 
מאַסע יידן אַרומגעשטעלט אַ קרייז מאַשין-געווער און גענומען שיסן צו 
די ערשטע, װאָס זענען געשטאַנען צום נאָענטסטן. דער תבואה-מאַגאַזין 
האָט געהאַט אין זיינע עקן צוויי טויערן-איינגענג. האָבן די מענטשן, װאָס 
זענען געשטאַנען די ערשטע, אויף וועלכע עס האָט זיך געשיט דאָס פיי- 
ער פון די אַרומגעשטעלטע מאַשין-געווערן, גענומען שטופּן די מאַסע 
נענטער צום מאַגאַזין, צו די איינגאַנג-טױערן, אָבער די פון הינטן האָבן 
זיך פאַרטײידיקט, זיי האָבן נישט געװאָלט זיין פון די ערשטע װאָס קומען 
אַריין אין בלאָק, ווייל דאָס איז געווען אַ זיכערער טויט דורך דערשטיקט 
ווערן. די ערשטע װאָס זענען אַריין אינעװייניק זענען געלעגן אויפן באָדן, 
דאָס הייסט די סאַמע נידעריקסטע. די, װאָס זענען שפּעטער אַרינגע- 
שאָסן געװאָרן אין בלאָק, זענען טויט אָדער לעבעדיק געפאַלן אויף זיי. 
אַזױ האָט זיך יעדע נאַכט געשאַפן אַ באַרג פון מענטשן, װאָס האָט זיך 
שעהען-לאַנג באַװעגט. די װאָס זענען געלעגן אונטן האָבן פּרובירט אין 
לעצטן געראַנגל פאַר זייער לעבן אַרױפכאַפּן זיך אַ ביסל העכער בכדי 
נישט דערשטיקט צו ווערן. אין בלאָק האָט זיך דאָס אָפּגעשפּילט אין דער 
פינצטערניש. אָבער אין דרויסן, בעת דער שיסעריי, האָבן גרויסע פּראָ- 
זשעקטאָרן באַלױכטן דאָס פעלד. דער קאַמף אין דרויסן האָט געדויערט 
לאַנגע מינוטן, אפשר שעהען. די, װאָס זענען געשטאַנען די ערשטע, 
האָבן זיך געשטופּט צום בלאָק, בכדי אויסצומיידן דאָס פייער פון די 
אַרומשטײענדיקע מאַשין-געווערן. דאָרט איז דער פּלאַץ געװאָרן װאָס 
אַמאָל שװאַרצער פון די טויטע װאָס זענען געפאַלן פון די קוילן. די 
װאָס האָבן זיך געפונען פון הינטן, לעבן דעם בלאָק, האָבן זיך פאַרטײ- 
דיקט. זיי האָבן געשטופּט אין דער פאַרקערטער ריכטונג בכדי נישט 
אַרײינצופאַלן באַצייטנס אין בלאָק אַרין. האָט די באַװעגלעכע מאַסע 
מענטשן גענומען אַרומרינגלען דעם בלאָק פון די זייטן און פון הינטן 
דאָרט זענען קיין טויערן נישט געווען, קיין שום איינגאַנג האָט דאָרט 
נישט געפירט אין דעם בלאָק אַרײן. אָבער די מאַשין-געװוערן פון די 


140 


יוסף ויינבערג 


רוצחים זענען דאָרט געשטאַנען. זיי האָבן אַלץ פאָרויסגעזען. האָבן 
מענטשן ווידער זיך גענומען שטופּן צום פראָנט פון בנין. 


דערווייל האָט זיך דער בלאָק אויסגעפילט. װאָס אַמאָל העכער, װאָס 
אַמאָל העכער. די לעבעדיקע האָבן נישט װילנדיק מיטגעשלעפּט די טוי- 
טע. אין דעם געדראַנג האָבן אַזױ די טויטע און די לעבעדיקע אין אַ 
קאָנװוולסיוון געקנויל געפירט אַ קאַמף פאַר אַ פּלאַץ אַ ביסל העכער, 
דאָרט ווו דער טויט האָט אַביסל וװוינציקער געלויערט. 


וי אַזױ האָב איך עטלעכע נעכט זיך אַדורכגעשלעפּט צום לעבן? 
איך האָב דאָס קיינמאָל נישט געװוסט און איך האָב אויך נישט פרו- 
בירט דאָס צו פאַרשטיין. נישט דעמאָלט, נישט שפּעטער און אויך נישט 
היינט, 


אָבער דאָס איינציקע מאָל, דאָס איין און איינציקע מאָל װאָס איך 
האָב זיך געפונען ביים ראַנד, אפשר שוין אויף יענער זייט פון דער 
גאָר לעצטער גרענעץ, װאָס שיידט אָפּ דאָס לעבן פון טויט, לעב איך אין 
דער איצטיקער רגע וידער אַדורך אין מיין גוף און אין מיין נשמה. 


אין יענער נאַכט האָב איך זיך געפונען אין אַ שלעכטער פּאָזיציע. 
איך בין שוין געווען אַרײנגעשטופּט אין בלאָק, ווען אין דרויסן זענען נאָך 
געווען אַ סך מענטשן. צו ביסלעך האָב איך געפילט אויף מיר די משא 
פון די גופים, װאָס האָט מיך גענומען צודעקן. מיינע הענט און פיס װאָס 
האָבן אין אָנהױב נאָך פּרובירט זיך באַװעגן אינעם קאַמף פאַר אַ בעסע- 
רער פּאָזיציע, זענען געליימט געװאָרן. צוערשט האָב איך נישט מער גע- 
פילט מיין גוף. אויף מיין ברוסט איז געלעגן אַ שװוערע, גאָר שווערע 
משא, האָב איך נאָך פּרובירט זי אָפּרוקן פון מיר, אָבער איך האָב מער 
נישט געהאַט קיין הענט. אין בלאָק איז געווען פינצטער, אָבער ערגעץ 
אין די טיפענישן פון מיין מוח האָט נאָך געשטעקט אַ קליין, אַ גאָר קליינ- 
טשיק ליכטל. אָט דאָס ליכטעלע װאָס האָט נאָך געשטופּט די הענט און די 
פיס צו באַװועגן זיך. זיי האָבן אויפגעהערט זיך צו באַװועגן, אָבער ער- 


148 


אַ טרער און אַ תפילה 


געץ טיף אין קאָפּ אָדער שוין אין גרוב האָט נאָך געשטעקט די גאָר 
שװאַכע שיין פון דעם ליכטל. 


עס האָט מיך גענומען שטיקן ביים האַלדז. דאָס ליכטעלע האָט מיר 
אונטערגעזאָגט אַװעקצורוקן די האַנט װאָס דערדריקט מיין האַלדז און 
נעמט מיר אַװעק דעם אָטעם. דאָס אונטערזאָגן האָט זיך אויסגעלאָשן צו- 
זאַמען מיט דעם אָטעם. 


דאָס ליכטעלע? 


דעמאָלט זענען זיי געקומען צו מיר. צוערשט מיין מאַמע. זי איז 
געווען אָנגעטאָן אין אירע שװאַרצע קלידער װאָס זי האָט געטראָגן 
ביים ליכט-בענטשן ערב יום-כיפּור. אויפן קאָפּ האָט זי נישט געטראָגן 
איר שייטל, נאָר דאָס ווייסע זיידענע קאָפּיטיכל װאָס זי האָט געטראָגן 
ביי פּאָרכטיקע געלעגנהייטן. פון אירע אויגן האָבן זיך געגאָסן טרערן 
די זעלבע װאָס זי האָט פאַרגאָסן יעדעס יאָר ערב יום-כפּור ביים ליכט- 
צינדן. 


עס האָט זיך מיר אויסגעדאַכט אַז איך דערקען יי. די טרערן יעדן 
טראָפּן, יעדע טרער באַזונדער. 


זי האָט אַראָפּגענומען פון מיין האַלדז די האַנט װאָס האָט מיך 
דערדריקט און מיר צוריקגעגעבן דעם אָטעם. 


דערנאָך איז געקומען די צווייטע, צירעלע. 


זי איז געקומען באַשײדן, אַזױ װוי זי איז געווען ווען מיר האָבן זיך 
אָפּגעזעגנט, דאָרט, פאַר דעם טויער פון יאַנאָװער לאַגער, און ווען זי איז 
פאַרשלעפּט געװאָרן צי די װאַגאָנען. 


האָבן זיי נאָך דעמאָלט געלעבט? 
אָדער זענען זיי געקומען שוין פון יענער זייט? 


זיי האָבן זיך ביידע גענומען ביי די הענט, מיין מאַמע און צירעלע. 


149 


יוסף וויינבערג 


אין בלאָק איז געווען פינצטער, אָבער דאָס ליכטעלע, דאָס גאָר 
קליינטשיקע ליכטעלע אין מיר האָט זיך וידער אָנגעצונדן 


אינדערפרי בין איך געלעגן אויפן פּלאַץ, אויסגעשטרעקט צװישן 
די טויטע. די זאַמד-קאָמאַנדאָ האָט געהאַלטן ביים פאַרשלעפּן די קער- 
פּערס צו דעם זאַמד-גרוב. 


מיך האָבן זיי נישט פאַרשלעפּט. איך האָב געלעבט. 
* +ו 
יי 


איך האָב שוין אויף אַן אָרט אין דעם בוך באַשריבן דעם מאַסן-טױט 
אויפן פעלד אין מיטן ואַלד, ווו איך בין געווען צװישן די באַגרעבערס 
און שפּעטער צוישן די באַגראָבענע. איך קום איצט וידער צוריק צו 
יענער איבערלעבעניש צוליב דעם וייל איך פיל אַז אויך אין דעם 
פאַל, װי בעת אַלע אַנדערע, פעלט אַזױ צו זאָגן, דאָס אינערלעכע 
געפיל פון דער איבערלעבונג, דאָס הייסט וי אַזױ דער מענטש האָט 
אין די טיפענישן פון זיין נשמה אויפגענומען דאָס דערנענטערן זיך פון 
זיין טויט. 


איך ווייס אַז דאָס װאָס איך שרייב איז נישט קלאָר אַרױסגעבראַכט. 
עס װועט זיכער נישט זיין קלאָר קיינמאָל. װוי אַזױ קאָן דאָס זיין קלאָר 
פאַר אַ לייענער פון די דאָזיקע ווערטער, אַז אויך פאַר מיר, דעם שריי- 
בער, בלייבט די אומקלאָרקײט, אַ פאַרנעפּלטע דערשיינונג, פון עפּעס 
װאָס האָט נישט קיין קאָנטורן, װאָס קאָן נישט באַגריפן ווערן דורך די 
מענטשלעכע חושים ? 


איך שרייב די דאָזיקע שורות ווייל נאָך אַזויפיל יאָרן פון אָפּװאַרטן, 
האָב איך דאָס געפיל אַז איך מוז דערציילן. דאָס איז מיין אינערלעך גע- 


150 


אַ טרער און אַ תפילה 


פיל, מיין אינטימער דראַנג. ס'איז אפשר אויך אַ דערפילונג פון אַ צוואה 
װאָס די, וועלכע זענען דעמאָלט פון אונדז אָפּגעריסן געװאָרן, האָבן 
אונדז איבערגעלאָזט. ר' משהלע װאָס האָט ביים געזעגענען זיך מיט מיר 
פאַרן אַװועקפירן אים צו דער גאַזדקאַמער מיר איבערגעלאָזט דעם אַײנ- 
ציקן אָנזאָג: 


ער' יוסף, איר זאָלט דערציילן". 


די איבערגעבליבענע ביים לעבן נאָך די סעלעקציעס דערמאָנען זיך 
זיכער אַז דער אָנזאָג: ;איר זאָלט דערציילן", איז געווען דער לעצטער 
ווילן-אויסדרוק פון די װאָס זענען געגאַנגען צום טויט. 

דאָס איז מיין אמונה אַז אין אָט דעם אויסגעשריי, אין דעם לעצטן, 
װאָס האָט זיך געטראָגן פון זייערע ליפּן האָבן זיי מקדש-השם געווען. 

זיי האָבן דערנענטערט דעם מענטש -- ייד צו דער געטלעכקייט, צו 
דעם צלם אלוהים. 


אָט אַ ייד, אַ דרי משהלע, אַ ר' יצחקל, אָדער פייוול, אָדער לייביש, 
אָדער חנהלע, װאָס ווערט געשלעפּט צום טויט, צו אַ זיכערן טויט. אין 
זיין מוח, אין איר מוח איז איבער דעם נישט דאָ קיין שום ספק. אין 
עטלעכע מינוטן אַרום וועט ער, אָדער זי, אויסהויכן די נשמה. און אין 
דער רגע קלערט ער נישט וועגן זיין טויט ; זיינע לעצטע געדאַנקען טראָגן 
זיך צו דעם מענטש, צו דער מענטשהייט, צו די מענטשן פון דרויסן צו 
די פון די צוקונפטיקע דורות. עאיר זאָלט דערציילן". בכדי זיין טויט 
זאָל נישט פאַרשוויגן ווערן. בכדי עס זאָל זיך אויסלייטערן אין דעם פיי- 
ער, װאָס גייט אים פאַרברענען, אַ בעסערער מענטש, אַ העכערע מענטש- 
הייט ; 

דער ייד װאָס האָט געהאַלטן ביים אויסהויכן די נשמה און איבער- 
געלאָזט בלויז נאָך זיך : 

דערציילט ! 

שמע ישראל! 


151 


יוסף וויינבערג 


אויך די לעבעדיקע, די װאָס זענען געשטאַנען אַ ביסל ווייטער און 
געװאַרט אויף דעם מאָרגן ווען די שריפה ועט אויך זייערע נפשות מיט- 
רייסן, פאַרשלעפּן, האָבן זיך אין די דאָזיקע רגעס ווען זייערע נאָענטסטע 
זענען פון זיי אַװעקגעריסן געװאָרן, דורכגעדרונגען מיט דעם ,דערציילט" 
און ;שמע ישראל". 


אויף עטלעכע פון זיי האָט דאָך דאָס פייער נישט געהאַט קיין שליטה. 
זיי זענען געבליבן. עטלעכע פון זיי געפינען זיך צווישן אונדז: קליינע 
פּשוטע יידישע מענער, באַשײדענע יידישע פרויען. זיי האָבן נישט אויס- 
גערופן דעם לעצטן ;שמע-ישראל". זיי האָבן זיך באַלד נאָך דעם חורבן 
איינגעפעדעמט אין אַ ניי לעבן. זיי האָבן געגעבן דעם יידישן פאָלק אַ נֵיי- 
עם דור. זאָג איך צו די װאָס ווילן דווקא באַהאַנדלען די פּראָבלעמען פון 
דעם גרויסן חורבן אויף אַ װויסנשאַפטלעכן אופן, זיי זאָלן אַרײנגײן אין 
די שטובן פון די דאָזיקע יידישע מענער און פרויען, צו די ניצול-געװאָ- 
רענע פון אומקום; זאָלן זיי אָנקוקן זייערע ליכטיקע קינדער, דעם שי" 
נעם יונגן דור װאָס איז פון זיי אַרױסגעקומען, דעמאָלט װועלן זיי פאַר- 
שטיין די נייע אויפפאַסונג פון עקשנות, פון גבורה, פון העלדישקייט, 
די נייע מדרגה פון מענטשלעכן װױידערשטאַנד, װאָס דערנענטערט זיך 
צו דער געטלעכקייט, צו קדוש-השם. 


אַזױ טראָגן זיך די געדאַנקען פון די לעבעדיקע צו די טױיטע און 
פון די טויטע צו די לעבעדיקע. איצט געפין איך זיך ווידער אויף דעם 
ראַנד פון דעם מאַסן-גרוב אין װאַלד, 


איך האָב דאָס באַװוסטזײין אַז דאָס איז מיין טויט. איך װויל נישט 
וויינען. ווען איך װאָלט אין אָט דער רגע געהאַט פאַר מיר דאָס בילד פון 
מיין מוטער, פון מיין פאָטער, שװוועסטער, אָדער ברודער װאָלט איך אפ- 
שר געוויינט, געוויינט צו זיי בכדי אויסצובעטן ביי זיי אַ טרער איבער 
מיר, איבער מיין טויט. 


152 


אַ טרער או אַ תפילה 


מיין טאַטע קומט צו מיר אין מאַסן-קבר... 


אין מיין קאָפּ איז געווען אַ פּוסטקײט און פאַר מיינע אויגן זע" 
נען נישט אויפגעשווומען די בילדער פון מיינע נאָענטע. אויך נישט 
פון צירעלען, װאָס איך האָב ערשט נאָר-װאָס איבערגעלאָזט אין דער 
היים. די פּוסטקײיט אין קאָפּ איז געווען אַזױ גרויס אַז צו ביסלעך איז 
אויך פון מיינע אויגן פאַרשווונדן דאָס בילד פון דעם גרוב מיט דער 
גרויסער מאַסע יידן, טויטע און לעבעדיקע -- די מאַסע װאָס האָט זיך 
נאָך באַװעגט אין אַ טויט-קאָנװולסיע. מיינע אויערן האָבן אויך אויפגע- 
הערט אויפצונעמען דעם שטילן זיפץ װאָס האָט זיך נאָך געטראָגן פון 
אָפענעם גרוב. איך בין געשטאַנען אויף מיינע פיס, אויף דער וייכער 
ערד װאָס מיר האָבן נאָר:װאָס אױיסגעגראָבן, מיין גוף איז נאָך נישט 
געלעגן אין דעם מאַסן-קבר, אָבער איך האָב מער נישט געפילט אין 
מיר דאָס לעבן: קיין שום לעבנס-רעאַקציע האָט זיך מער אין מיר נישט 
דערהאַלטן, 


ווען דער קאָמענדאַנט פון ;עס-עס" האָט אויסגעשריגן זיין קלאָס ו" 
און מאַשין-געווערן האָבן ווידער גענומען שפּײיען, איז דורך מיין מוח 
אַדורך אַ בליץ װאָס האָט מיר געהייסן לויפן אין גרוב אַרײן. 


ווייזט אויס אַז דאָס איז נישט געווען דער לעצטער בליץ, 


עס האָט נאָך געשטעקט אין מיין קליינעם פינגער פון דער רעכטער 
האַנט. איך האָב עס געהאַט פאַרגעסן. איצט האָט עס אויפגעטויכט אין 
מיין זכרון. איך ווייס נישט צי דאָס איז באמת געווען צום זכרון, אָדער 


153 


ווסף היינבעהג 


פּשוט צו מיינע אױגן: אַ קליין שװאַרץ דאָרנדל, װאָס שטעכט און 


שטעכט און לאָזט זיך נישט אַרױסרײסן פון דעם קליינעם פינגער. 


איך בין נאָך געווען אַ יינגעלע. קוים אָנגעהויבן צו לערנען אלף- 
בית אין חדר. חול-המועד סוכות האָט מיך דער טאַטע מיטגענומען צום 
ברעג פון טייך װאָס האָט זיך געצויגן נאָענט פון אונדזער גאַליציש 
שטעטל. מיר זענען דאָרט געגאַנגען רייסן קליינע צווייגעלעך בכדי צו 
מאַכן פון זיי הושענות. דאָס גראָז און די ביימעלעך אַרום זענען געווען 
נאַס. מיר האָבן גענומען אָפּרײיסן די צווייגעלעך. דער טאַטע האָט מיר 
געוויזן די שיינע בלעטעלעך װאָס זענען נאָך געװוען גאָר גרין און ער 
האָט געזאָגט אַז די גרינע זענען ראוי צו זיין הושענות און נישט די גע- 
לע. שוין אויף דעם וועג צום װאַסער האָט ער מיר געזאָגט אַז דאָס איז 
פאַר אַזאַ יינגעלע וי איך אַ גרויסע מצווה אָפּצורײסן צווייגלעך אויף 
הושענות, איבער וועלכע מען װועט מאַכן ברכות -- די ערשטע מצווה 
אין מיין לעבן. בין איך געשטאַנען פאַר די ביימעלעך מיט אַ הײליקן 
ציטער. באַלד אין די ערשטע רגעס האָב איך זי באַמערקט, אַ שװאַרצע 
טשערניצע. איך האָב שוין פריער אַ סך מאָל געגעסן טשערניצעס, װאָס 
די פּויערטעס פלעגן ברענגען אין ערדענע טעפּלעך צו פאַרקויפן צו די 
באַלעבאָסטעס. דאָס איז אָבער געווען דאָס ערשטע מאָל ווען איך האָב 
די קליינטשיקע פּרי געזען אויף אַ ביימעלע. און זי איז נישט געוען 
אַליין. זי איז געווען אַרומגערינגלט מיט אַ סך אַנדערע: קליינטשיקע 
קעפּעלעך װאָס האָבן געבלישטשעט אין די שטראַלן פון דער זון װאָס 
האָט זיך באַװיזן נאָך דעם רעגן. 


אין מיין קעפּעלע איז אָבער אויפגעגאַנגען אַ געדאַנק: אפשר האָב 
איך אים געהערט פון מיין טאַטן און אפשר שוין אין חדר : אַז אַ מצווה 
טאָר מען נישט איבעררייסן. האָב איך געקוקט מיט בלישטשענדיקע 
אייגעלעך פון חשק אויף דער שװאַרצער טשערניצע און אויך געכאַפּט 
אַ בליק צו מיין טאַטן, װאָס איז געווען פאַרנומען מיט דער מצווה פון 
אָנרײסן שיינע גרינלעכע צווייגעלעך פאַר די הושענות. ווען ס'האָט זיך מיר 


154 


אַַטרער או אַ תפילה 


אויסגעדאַכט אַז ער קוקט נישט האָב איך געגעבן אַ שטרעק אויס מין 
הענטעלע צו דער שװאַרצינקער טשערניצע. מיין טאַטע האָט גאָרנישט 
געזען, אָבער מיין הענטעלע האָט נישט דערלאַנגט צו דעם פאַרכישופטן 
פּריילע. 


אויפן וועג האָט זיך אַ קליין שטעכיק דאָרנדל אַרײנגעכאַפּט אין 
מיין פינגערל און אַרױסגערופן ביי מיר אַ געשריי פון ווייטיק. דער טאַ- 
טע האָט פון זיינע צווייגעלעך אַרױס אויף דער צוייטער זייט פון ביי- 
מעלע מיך געפרעגט פאַרװאָס איך שריי. האָב איך אים אָפּגעענטפערט 
אַז דאָס איז גאָרנישט, נאָר אַז איך לאַך אַ ביסל. 


האָט מיך דורכגענומען אַ פאַרדרוס: נישט בלויז װאָס איך האָב אי- 
בערגעריסן אַ מצווה, נאָר אויך דאָס װאָס איך האָב געזאָגט אַ ליגן מיין 
טאַטן. אַ טאַטן זאָגט מען נישט קיין ליגן. דאָס איז אַן עבירה. בכדי נישט 
צו פאַרערגערן מיין פּיינלעכע מערכה, האָב איך מיין פינגערל מיטן 
קליינטשיקן דאָרנדל, װאָס האָט זיך אין אים פאַרשטאָכן, אַרײינגעשטעקט 
אין מיין מויל און גענאָגט און גענאָגט. װי-נאָר דער טאַטע איז געווען 
אַ ביסל ווייטער האָב איך געשטופּט דאָס פינגערל אין מויל אַרין. ווייל 
עס האָט געשטאָכן און געשטאָכן און וויי געטאָן 


אַזױ איז געווען אויפן גאַנצן וועג אַהײם. דאָס װאָס דער טאַטע האָט 
נישט באַמערקט האָט די מאַמע אין דער היים יאָ געזען. האָט זי מיך 
געפרעגט װאָס איך נאָג אַזױ מיין פינגערל. האָב איך איר אָפּגעענט- 
פערט אַז איך לעק פון אים אָפּ די מצווה פון די הושענות. אָבער איך 
האָב מיך שוין איצט אָפּגעהאַלטן פון נאָגן דאָס הענטעלע. 


נאָך עטלעכע טעג האָט עס אויפגעהערט וי צו טאָן. 

= + 

3 
ליגנדיק אין גרוב, װעקט זיך אין מיר דאָס פינגערל און שטעכט. 
גענוי װי דעמאָלט אױיף דעם ברעג פון טייך ביים רייסן די 


155 


יומחף הרינפעהג 


צווייגעלעך פאַר הושענות, איבער וועלכע מען האָט געמאַכט ברכות. דאָס 
שטעכן ברענגט מיר דאָס בילד פון מיין טאַטן. ער רייסט צווייגעלעך פאַר 
דער מצווה. איך הער עפּעס אַ קול. אחוץ דעם דאָרנדל אין רעכטן פינ- 
גערל פיל איך גאָרנישט. דער טאַטע האָט אַ שװאַרצע באָרד. ער שמייכלט, 
װוי ער זאָל װעלן מיר זאָגן אַז ער ווייסט װועגן דער טשערניצע און דעם 
דאָרנדל. ער, דער טאַטע מיינער, איז אויך טויט. איך זע אים אַנידער- 
לייגן זיך לעבן מיר. דאָס פינגערל שטעכט נאָך אַ ביסל. איך זאָג אַ ליגן. 
ס'איז דער ערשטער ליגן אין מיין לעבן. אָבער ער שמייכלט. ער לייגט 
זיך לעבן מיר אין ווייסן קיטל און אין לאַנגן טלית. מיר זענען אַלײן 
ער און איך. דער טאַטע און זיין זון. אַרום איז פּוסט און פּוסט. נאָר ער און 
איך. צוויי װאָס גייען אויף דער זעלבער סטעזשקע. אין מיטן שמאָלן 
וועג שטייט אַ מויער, אָדער אַ צווייגל מיט שטעכיקע טשערניצעס. די 
מויער מוז מען אַריבערשפּרינגען פון דער זט אויף יענער זייט, פון 
יענער זייט אויף דער זייט. איך בין אַ קליין יינגעלע. איך האָב קורצע 
פיסעלעך און דאָס פינגערל שטעכט און טוט ויי. וויל איך אַריבער אויף 
דער צווייטער זייט און קאָן נישט. צו קליין, צו שװאַך. שטעלט דער טאַ- 
טע אונטער די פּלײיצע און װאַרפט מיך אַריבער אויף דער זייט. ער איז 
געבליבן אויף יענער זייט. 


ער איז אַװעק, אָבער דער טלית זיינער איז געבליבן. דער טלית 
וויקלט זיך אַרום דעם קיטל. אַ קיטל אָן אַ קאָפּ, אָן פיס. די מויער איז 
אויך פאַרשווונדן, אויך די סטעזשקע. 


אָט אַזױ צװוישן הימל און ערד אַ טלית מיט לאַנגע, לאַנגע ציצית, 
װאָס וויקלט אַרום אַ ווייסן קיטל: אָן אַ קאָפּ און אָן פיס. 

אויף דער זייט. 

איך פיל אַ ווייטיק אין מיין פוס. 


האָב איך מורא געהאַט! 


156 


אַ טרער און אַ תפילה 


די מורא האָט זיך אָפּגעטאָן פון אונדז 


יעדער איינער פון די װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם קאָשמאַר 
שטעלט זיך די פראַגע: די, װאָס זענען אַװעק האָבן זיי מורא געהאַט! 


ס'איז אָנגענומען אַז מורא האָבן איז אַ סוביעקטיוו געפיל. איינער 
האָט מורא אין געוויסע אומשטענדן און אַן אַנדערער האָט אין די זעל- 
בע אומשטענדן נישט מורא. 


איך גלויב אַז דאָס איז גילטיק ביז צו אַ געוויסער גרענעץ. די 
מיינונג איז אפשר אויך צוגעפּאַסט צו איבערלעבונגען אין אַ נאָרמאַלער 
צייט. 


איך בין נישט ביכולת זיך צו פאַרמעסטן אויפצוקלערן דעם ענין. 


איך װויל בלויז דערציילן וועגן דער מורא אין דער צייט פון יידישן 
אומקום. אין אָט דער צייט האָט דער מענטש מורא געהאַט װי געוייג- 
לעך לויט זיין פּסיכישער איינשטעלונג, לויט זיינע אינסטינקטיווע רע- 
אַקציעס. מען האָט מורא געהאַט אויף דער ערשטער סעלעקציע, ביי דער 
באַן, מען האָט מורא געהאַט אין לאַגער, מען האָט מורא געהאַט ביי דער 
אַרבעט, מען האָט מורא געהאַט ביי דעם פאַרטיילן דאָס עסן, מען האָט 
מורא געהאַט אויף דער פּריטשע, ווו מען איז געלעגן 

פריער אין געטאָ האָט מען מורא געהאַט פאַר אַלץ. 

דאָס אַלץ ביז צו דער גרענעץ. 

אין אָנבליק פון טוט האָט מען נישט מורא געהאַט. 


157 


יוםף ההפרבעה2 


אויף דער סעלעקציע ביי דער באַן האָט אָפט דער עס-עס-מערדער 
געטראָגן אין דער האַנט אַ גראָבן שטעקן אָדער גאָר אַ בייטש. פון צייט 
צו צייט האָט ער געקלאַפּט מיט דעם מכשיר איבערן קאָפּ, אָדער אפילו 
איבער די אויגן. די מענטשן װאָס זענען געשטאַנען און געװאַרט אַז די 
רייע אויף זיי זאָל קומען האָבן געװווסט אַז יענע זייט באַדײט דער טױיט. 
פאַר דעם האָט מען נישט מורא געהאַט. מען האָט מורא געהאַט פאַרן באַ- 
קומען אַ קלאַפּ מיטן שטעקן איבערן קאָפּ. 


מען איז געשטאַנען איינער לעבן דעם צוייטן און מען האָט זיך 
שטילערהייט אונטערגעזאָגט : 


אער זאָל נאָר נישט אַ קלאַפּ געבן איבער מיין קאָפּ". 


דאָס זעלבע איז געווען אין לאַגער גופא. עס זענען געווען אַזעלכע 
װאָס האָבן מורא געהאַט אַז מען זאָל זיי נישט באַרויבן פון דעם שטיקל 
ברויט װאָס זיי האָבן באַהאַלטן אויף שפּעטער וען זײיער הונגער װעט 
דערגרייכן די לעצטע שטופע. איך האָב געקענט אַזעלכע מענטשן װאָס 
האָבן פאַר שרעק פּשוט געציטערט אויפן גאַנצן לייב. 


מען האָט מורא געהאַט פאַר שרייען. אַז מען איז געשטאַנען ביי דער 
אַרבעט און אַן עס-עס-מאַן אָדער אַ ציווילער פּאָראַרבעטער פון דרויסן, 
אָדער אַ קאַפּאָ האָט געשריגן איז מען אַרײנגעפאַלן אין אַ פּחד. מען 
האָט מורא געהאַט אַז נאָכן שרייען זאָלן נישט קומען קיין קלעפּ. 


אָבער דער זעלבער מענטש, װאָס האָט אַזױ שרעקלעך געציטערט 
פון פּחד מען זאָל אים נישט צורויבן דאָס אָרעמע שטיקל ברויט װאָס 
ער האָט געטראָגן אונטער זיין העמד, האָט אַרױסגעװויזן אַ מאָראַלישע 
העלדישקייט אין אָנבליק פון טויט. 


ווידער מוז איך רעדן װעגן דעם ייד אין לאַגער. 
איך האָב בעת אָט די איבערלעבענישן און שפּעטער, אַ סך ועגן 
דעם געטראַכט און איך טו דאָס אויך ביי היינט צו טאָג. איך פּרוביר 


158 


אַ טרער און אַ תפי? 


צוריקצוקומען צו יענע מינוטן, צו מיינע אייגענע איבערלעבונגען און 
צו דעם אויפפירן זיך פון מיינע נאָענטע אין לאַגער. 


איך גלויב אַז דער ייד, דער יידישער מאַן, די יידישע פרוי און 
אפילו דאָס יידישע קינד, האָט פון דער ערשטער רגע פון אַרײינקו- 
מען אין לאַגער זיך אָפּגעגעבן אַ דין-וחשבון פון אייגענעם טױיט. 


נאָך זייענדיק ביי זיך אין שטוב פאַרן גיין אין געטאָ אַרײן, שפּע- 
טער שוין זייענדיק אין געטאָ, נאָך שפּעטער, אויפן װועג צו דער ערש- 
טער סעלעקציע, אויפן וועג צו דער באַן, אין װאַגאָן, איז ער אַרומגענו- 
מען געװאָרן פון דער אַטמאָספערע פון טויט. די דייטשן האָבן דערציילט 
וועגן אַרבעטס-לאַגערן, װו מען אַרבעט גאָרנישט אַזױ שװוער און מען 
באַקומט גוט צו עסן. 


איך געדענק וי אין לעמבערג, ביי דער ערשטער אַקציע קעגן די 
אַלטע לייט, אין מערץ 1942, האָבן זיך אַרומגעטראָגן ידיעות װאָס האָבן 
געשטאַמט דווקא פון די דייטשן גופא, אַז די אַלטע לייט װערן געפירט 
אויף אַן אָרט ווו זיי װעלן אַרבעטן ביי אַ גאָר לייכטער אַרבעט, פאַר דער 
דייטשער אַרמײ; זיי װעלן דאָרט האָבן גוטע באַדינגונגען. 


דאָס איז געווען באַלד אין אָנהױב. מען האָט נאָך דעמאָלט נישט גע- 
וווסט פון די טייוולאָנישע פאַרניכטונגס-פּלענער פון די דייטשן, האָט מען 
נאָך װי עס איז געגלויבט די דאָזיקע ,גוטע" ידיעות. מענטשן, ביי ווע" 
מען עס איז אַװעקגעריסן געװאָרן אַ זיידע, אַ באָבע, אַ טאַטע אָדער 
אַ מאַמע, און עס זענען געווען אַזעלכע װאָס האָבן מיטאַמאָל פאַרלוירן 
אַלע צוזאַמען, האָבן זיך געטרייסט: ,עס ועט זיי דאָרט גוט זייף. 


אָבער סיף, גאָר סיף אין האַרצן האָט מען שוין אָנגעהויבן פאָראַנען 
דעם טויט: אַ סם װאָס האָט געטריפט טראָפּנװײיז און װאָס האָט צו ביס- 
לעך באַהערשט דעם באַװווסטזיין פונעם ייד. 


אפילו די קליינע קינדער זענען באַהערשט געװאָרן פון דאָזיקן גע- 
פיל. נאָך דעם װי איך בין געשפּרונגען צום צווייטן מאָל פון צוג, שוין 


159 


יוסף ויינבערג 


נאָך דעם יאַנאָװער לאַגער און נאָך מיין טיפוס, האָב איך זיך געפונען 
אויף אַ קורצע צייט, ביז צום פאַרשלעפּט װערן קיין אוישוויץ, ביי מיין 
ברודער אלתר-חיים ע"ה, װאָס האָט געװווינט אין סאָסנאָװיץ. ער האָט 
געהאַט אַ טעכטערל פון פינף יאָר, בריטאַ. אַ געוויסן פרימאָרגן ווען איך 
האָב זיך נאָר-װאָס געהאַט אויפגעװעקט פון שלאָף איז דאָס קינד 
צוגעקומען צו מיין בעט און מיך געפרעגט פאַרטרוילעך: 


,פעטער, עס װעט זיין אַן אַקציע"? 

האָב איך זיך געמאַכט נישט ויסנדיק און זי געפרעגט; 
.;װאָס אַזױנס איז אַן אַקציע ?" 

האָט זי מיר געענטפערט: 

;דאָרט װי מען דערהרגעט אונדז". 

דאָס איז געווען אין חודש מערץ 1943. 

אַ מיידעלע פון פינף יאָר. 


דער באַװוסטזיין פון טויט איז ביי דעם ייד געװען באַגלײט פון 
אַ געפיל פון איינזאַמקײט. יעדע משפּחה פאַר זיך, יעדער יחיד פאַר זיך. 
ער האָט געװװוסט אַז פון די, װאָס זענען מיט אים, קאָן די הילף נישט 
קומען. זי אַליין, יעדער איינער באַזונדער און אַלע צוזאַמען האָבן זיך דאָך 
געפונען אין דעם זעלבן מצב פון טויט-סכנה. ניין, פון זיי האָט די הילף 
נישט געקאָנט קומען. און פון דרויסן ? נישט פון דער אַרומיקער וועלט, 
דאָס הייסט פון די פּאָליאַקן, װאָס זענען אַלין געוען אונטערדריקט, 
הגם נישט אויפן זעלבן אופן, דאָס הייסט נישט זייענדיק אין קיין טויט- 
סכנה. אויך פון דער ווייטער װעלט איז נישט געווען צו דערװאַרטן קיין 
הילף. מען האָט באַקומען גענוג ידיעות פון דער דאָזיקער װעלט דורכן 


160 


אַ טרער און אַ תפילה 


ראַדיאָ און דורך אַנדערע קװעלן בכדי צו וויסן אַז פון דאָרט, פון גאָר 
ווייט, פון אַמעריקע, פון רוסלאַנד, שוין אָפּגערעדט פון פראַנקרייך אָדער 
ענגלאַנד, װאָס זענען אַלײן געווען אין קריג, גענוי װוי רוסלאַנד, װעט 
די הילף נישט קומען. איז מען געווען דעריבער אָפּגעריסן פון אַלץ און 
פאַראיינזאַמט: דער יידישער מענטש אין אָנבליק פון דער דייטשער אכ- 
זריות. 


אַזױי האָט מען צו ביסלעך געמאַכט שלום מיטן געדאַנק, וועגן דעם 
דערװואַרטן טויט און מען האָט מער נישט מורא געהאַט. 


דאָס איז, גלויב איך, אויך געווען די סיבה װאָס אין דעם פאַרניכ- 
טונגס-לאַגער זענען, נאָך די ערשטע צוויי-דריי טעג כמעט נישט געווען 
מער קיין זעלבסטמאָרדן פון יידן. די ערשטע צויי-דריי טעג האָט זיך 
נאָך געטראָפן אַז עמעצער איז געגאַנגען אויף די דראָטן, בכדי זיך צו 
לאָזן דערשיסן דורך די עס-עס-וועכטער אויף די טורעמס אַרום דעם 
לאַגער. שפּעטער איז כמעט מער נישט געווען קיין זעלבסטמאָרד פון 
אַ ייד. 


איך שטרייך אונטער פון אַ ייד, ווייל וי איך האָב שוין געשריבן 
איז אין לאַגער גופא די סיטואַציע פון דעם ייד געווען גאָר אַ באַזונדע- 
רע. שוין אָפּגערעדט פון דער ערשטער סעלעקציע ביי דער באַן, וועל- 
כע איז נוגע געווען בלויז דעם ייד. צו דער גאַזיקאַמער האָט מען סעלעק- 
ציאָנירט נאָר יידן. אָבער די לעבנס-באַדינגונגען זענען געווען פאַר אַלע, 
דאָס הייסט פאַר די יידן און די נישט-יידן, די זעלבע. איז אויסגעקומען 
אַז אויב אַ ייד איז געװאָרן אַ מוזולמאַן, דאָס הייסט אַ מענטש װאָס האָט 
נישט געקאָנט מער אויספירן קיין שום אַרבעט, האָבן די דייטשן געהאַט 
פאַר אים אַ לייזונג": דערשטיקן אים אין דער גאַזיקאַמער, נאָך אַ סע- 
לעקציע. פאַר די נישט-יידן, װאָס זענען געװאָרן מוזולמענער, איז דאָס 
ניטש חל געווען. 


איך האָב שוין דערציילט וועגן דעם טראַנספּאָרט פון פּוױלישע מו- 
זולמענער װאָס זענען געברענגט געװאָרן צו אונדז אין קאַראַנטין-לאַגער 
אין בירקענוי. זיי זענען געקומען פון לאַגער פּלאָסענבורג, עטלעכע הונ- 


161 


יוסף ויינבערג 


דערט מענטשן, אַלע אָן אויסנאַם מוזולמענער. דאָס איז געווען סוף חודש 
נאָוועמבער אין יאָר 1943. אין דרויסן איז שוין געלעגן אַ שניי און ביי- 
נאַכט האָט געהערשט אַ שטאַרקער פּראָסט. האָבן די דייטשן זיי אַרײ1- 
געטריבן אין קאַראַנטין-לאַגער װו עס האָבן צו יענער צייט געלעבט אַן 
ערך אַכט טויזנט יידן. (אחוץ די פּוילישע און דייטשע בלאָק-עלטסטע). 
מען האָט זיי אַרײינגעטריבן צו אונדז מיטן באַפּעל אַז מען זאָל זיי אין 
אָװונט, נאָכן אַפּעל, אױיסבאָדן אין הייסן װואַסער און שפּעטער, נאַסע און 
נאַקעטע אַרױסטרײבן אויף אַ פאַרשנייט און פאַרפרוירן פעלד אויף אַ 
גאַנצע נאַכט. איך האָב שוין דערציילט וי אַזױ מיר האָבן זיי געראַ- 
טעוועט פון אַ זיכערן טויט. אויב איך חזר איבער דאָ דעם דאָזיקן פאַל 
איז דאָס בכדי קלאָר אַרוסצוברענגען די טויט-געפאַר. 


איך מוז אונטערשטרייכן אַז די צאָל פון אמתע נישט-יידישע מוזול- 
מענער איז אין אַלגעמײן געועןאַ סך אַ קלענערע, אויך פּראָפּאָרציאָנעל 
פון דער יידישער צאָל. דער ייד, וי שוין געזאָגט, איז אין לאַגער געווען 
הפקר און איזאָלירט. ער האָט מיט דער אויסערלעכער װעלט נישט גע- 
האַט קיין שום פאַרבינדונג: דאַקעגן דער נישטייד האָט זיך געקאַנט 
פאַרבינדן מיט זיין משפּחה פון דרויסן, װאָס האָט אים געשיקט פּעק- 
לעך עסן און װאַרעמע בגדים. דאָס האָט אים געהאָלפן לייכטער איבער- 
צוטראָגן די שווערע לאַגער-באַדינגונגען. ביי אים, ביים נישט-ייד, איז 
אויך געווען אַ האָפענונג באַפרייט צו װערן פון לאַגער און צוריקצוקומען 
אין זיין היים, צו זיין משפּחה -- אַ האָפענונג, װאָס דער ייד האָט נישט 
געהאַט. 


אויב עס זענען דאָך געווען נישט-יידישע מוזולמענער האָט דאָס גע- 
שטאַמט פון דעם װאָס אַ טייל פון זיי האָט נישט מער געהאַט קיין מש- 
פּחה אין דרויסן, אָדער ער האָט נישט געהאַט קיין מעגלעכקייט אָנצו- 
קניפּן אַ פאַרבינדונג, צוליב פאַרשידענע סיבות, מיט זיין משפּחה. 


דערצו איז נאָך צוגעקומען דער פאַקט װאָס דער ייד האָט אין משך 
פון דער לאַנגער צייט פון אכזריותדיקן היטלער-רעזשים, און אויך טראָגנ- 


162 


אַטרער או אַ תפילה 


דיק מיט זיך די ירושה פון זיין גאַנצער מאַרטירער-געשיכטע, אָנגע- 
זאַמלט אין זיך מער װױידערשטאַנדס-קראַפט און איז געווען אָנגעזאַפּט 
מיט מער מאָראַלישן כוח אויסצוהאַלטן יסורים. 


דאָס זעלבע איז פאָרגעקומען שפּעטער מיט די יידישע מוזולמענער, 
אין דער צווייטער העלפט פון יאָר 1944, ווען די גאַזיקאַמערן און די 
קרעמאַטאָריעס האָבן נישט מער פונקציאָנירט. די אַכט הונדערט יידן פון 
לאָדזשער געטאָ, וועלכע זענען צו אונדז געברענגט געװאָרן אין דער 
גונטער-גרובע, נאָך פאַרשידענע גלגולים אויפן וועג, זענען כמעט אַלע 
געווען מוזולמענער; מיר האָבן זיי אַלע געוויגן אין דער קראַנקענבוי 
(מעדיצינישע אַנטענע). עס איז געווען בלויז איינער, דער גרעסטער, װאָס 
האָט געווויגן 48 קילאָ. אַלע אַנדערע האָבן געווויגן פון דרייסיק ביז 
פינף און פערציק קילאָ. מיר האָבן זיך דערווסט וועגן דער פאַראָר- 
דענונג פון די דייטשן: אַלע אַראָפּשיקן אַרבעטן אונטער דער ערד, אין 
דעם קוילן-גרובן און זיי געבן אַזעלכע באַדינגונגען אַז זיי זאָלן שנעל 
אױיסשטאַרבן. דאָס מאָל, ווו איך האָב שוין דערציילט, האָבן מיר, די אָר- 
גאַניזירטע גרופּע, זיי אַלע, אָן אויסנאַם געראַטעװעט דאָס לעבן. 


ווידער, אויב איך חזר איבער די דאָזיקע געשיכטע איז צו באַווייזן 
אַז אין לאַגער גופא האָט בלויז די גאַזיקאַמער פּאָרגעשטעלט מיט זיך אַן 
אורטייל װאָס מיר זענען נישט געווען בכוח צו ענדערן. דער יד איז 
נישט באַגאַנגען קיין זעלבסטמאָרד, ווייל אין זיין נאָענטער פּערספעק- 
טיוו איז געשטאַנען די גאַזדקאַמער. דאָס הייסט: דער זיכערער טויט -- 
דאָס זעלבע װאָס האָט אים דערװאַרט אין פאַל פון זעלבסטמאָרד. צוליב 
דעם זענען, לויט פּראָצענטער, אין לאַגער געװוען מער נישטיידישע 
זעלבסטמאָרדן וי יידישע. 


דאָס איז זיכער געווען איינע פון די וייטערדיקע סיבות פאַרװאָס 
דער ייד האָט פאַרן טויט וייניקער מורא געהאַט װי די אַנדערע. 


עס איז אָבער געווען נאָך אַן אַנדערע גאָר וויכטיקע סיבה: 


163 


יוסף וויינבערג 


דער ייד, אויב אַפילו ער האָט מורא געהאַט, האָט ער נישט געװאָלט 
אַרױסװײיזן זיין מורא. 


אין משך פון מער װי צען יאָר, װען דער היטלעריזם האָט אין די 
דרייסיקער יאָרן איבערגענומען די הערשאַפט אין דייטשלאַנד, איז ביים 
ייד אויף דער װעלט און קודם-כל אין אײראָפּע (און נישט בלויז אין 
דייטשלאַנד) אויפגעקומען דער געדאַנק אַז די נאַצישע חיה-רעה װאָס 
איז אויפגעשטאַנען אין דריטן רייך יל אים, דעם ייד, ברענגען צום 
צושטאַנד פון סאַמע נידעריקסטן באַשעפעניש און אַנטמענטשן אים, בכדי 
אים שפּעטער צו קאָנען לייכטער פיזיש פאַרניכטן. דער דאָזיקער איינ- 
דרוק און די דאָזיקע פינצטערע פאָרױיסזאָגונגען האָבן זיך אין אָנהויב 
פון דער צווייטער וועלט-מלחמה און די דייטשע מאַסן-הריגות איבער 
יידן, פאַר אים פולשטענדיק באַשטעטיקט. 


דעריבער איז ביים ייד אַנטשטאַנען אַן אינערלעכער כוח פון ווידער- 
שטאַנד. קעגן דעם פון די דייטשן פּלאַנירטן טויט האָט ער נישט געקאָנט 
קעמפן. די מעכטיקע, אוממענטשלעכע און אומברחמנתדיקע מאַשין פון 
דערהרגענען, װאָס דער דייטש האָט אויפגעשטעלט, האָט דער יד גאָר- 
נישט געהאַט מיט װאָס זיך אַנטקעגנצושטעלן, אחוץ די ליײידיקע און 
בלויזע הענט. דעם דייטשן ווילן אַראָפּצונידעריקן אים צו דער מדרגה 
פון אַן אונטערמענטש (לויטן נאַצישן לעקסיקאָן) האָט ער אַנטקעגנגע- 
שטעלט זיין ווילן, דעם יידישן ווילן צו טראָגן דעם צלם אלוהים, פון דער 
געטלעכער אָפּשפּיגלונג פון מענטש. 


דאָס איז נישט געוען קיין ענין פון אָרגאַניזירטן װידערשטאַנד, 
נאָר דער ווילן פון יעדן יחיד באַזונדער, פון יעדער יידישער פרוי, פון 
יעדן יידישן מאַן, אפילו פון יעדן יידישן קינד װאָס איז געווען צוזאמענ- 
געשמידט אין איין קאָלעקטיוון וילן: נישט װערן פאַרװואַנדלט דורך 
דעם דייטש אין אַן אונטערמענטש. שטאַרבן װי אַ מענטש! 


דער ייד איז געגאַנגען שטאָלץ און מיט ווירדע צום טױיט. ער האָט 
נישט מורא געהאַט, ער האָט נישט געבעטן קיין רחמים. זיין װידערשטאַנד 


164 


אַ טרער און אַ תפילה 


האָט אין די דאָזיקע לעצטע מינוטן גובר געווען דעם אכזריותדיקן ווילן 
פון דער דייטשער בעסטיאַליטעט. 


איך האָב געהאַט די מעגלעכקייט וועגן דעם איבערצוצייגן זיך אַ ביסל 
שפּעטער, באַלד אין די ערשטע טעג נאָך מיין באַפרייאונג, נאָך פאַרן 
סוף פון דער מלחמה. איך האָב זיך דעמאָלט געפונען אויפן געביט פון 
נידערשלעזיע, דאָס הייסט אויפן באָדן װאָס איז נאָרװאָס געווען דייטש- 
לאַנד. די רוסישע אַרמײ איז מיט גרויסע שריט אַרין אין דער טיף און 
אין דער לענג פון דייטשלאַנד. אויפן וועג האָט מען אויסגעפונען דייטשע 
אָפּיצירן, הויכע באַאַמטע פון געסטאַפּאָ, הויכע מיליטערישע אָנפי- 
רערס פון די פאַרשידענע גרופּירונגען פון עס-עס. זיי אַלע האָבן מורא 
געהאַט, זיי האָבן געבעטן רחמים, געקושט די הענט פון די רוסן און 
אפילו געקושט די הענט פון די באַפרייטע יידישע דעפּאָרטירטע, װאָס 
אַ סך זענען נאָך געווען אָנגעטאָן אין זייערע פּאַסן-בגדים פון לאַגער. 
דער מאָראַליש-געפאַלענער צושטאַנד פון אַלע דייטשן האָבן געװועקט אַ 
געפיל פון עקל געמישט מיט פאַראַכטונג צו זייער בעסטיאַלישער פאַר- 
גאַנגענהײט, צו זייער שפלדיקן דערנידעריקן זיך אין אָנבליק פון דער 
שרעק פאַרן טויט. 


אין דער זעלבער צייט האָט זיך אין מיר דערװעקט אַ געפיל פון 
שטאָלץ פאַר אַלע מיינע ברידער און שװועסטער װאָס זענען אַזױ פּשוט- 
מענטשלעך און אָן מורא אַװעק פון אונדז צום טויט, דעם זעלבן שטאָלץ 
האָב איך געפילט פאַר די װאָס גאָט האָט געגעבן כוח אױיסצוהאַלטן און 


איבערצולעבן דעם גיהנום. 


די טויטע און די לעבעדיקע זענען פאַרשריבן אין דאָזיקן ספר פון 


קידוש השם. 


יל גי 


6 : 5 ר רש עד ר ריר אסיט == : .2 
שע א גע טע בי יי עטאט : ר אק :יי גנאג .0 


וו וע 
ען 


א 
עבט דל 


= 


לה 
א יי 
ר יט 


װי 


אל ן 
יט 
יל 


לט